בית פורומים היימישע קרעטשמע

אין די ארכיוון פון אונזער קהלה...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2005 21:44 לינק ישיר 
אין די ארכיוון פון אונזער קהלה...

געשריבן אין אישית...
ס'שוין האלב דריי דאנערשטאג ביינאכט פר' מטות, נאך א שווערע טאג ארבעט אין אנגעצויגענע נערוון, איך ליג אזוי אין בעט, שלאפן קען איך נישט, דער קאפ לויפט אויף טויזנט, איך פרוביר מיך צו בארואיגן אבער ס'גייט נישט, אזוי טראכטנדיג זענען מיר אויפגעשווימען אין די געדאנקען מיינע פארלאפענע וואכן, אה... ב"ה... נאך אזוילאנג ענדליך געטראפן א קרעמל א קהלה ווי איך קען מיך אביסל אפרוען נאך אזא שווערן טאג ארבעט.

שוין לאנג וואס איז זיך דאס אזא היימיש קרעמל ווי צו פארברענגען צומאל אין לערנען, צומאל איבערצוקייען די נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע נייעס, אמאל סתם א גוט ווארט, און צומערסטנסמאל מיט סתם שטותים. אה אזעלכע שיינע מלוה מלכה'ס, שמועסן, געדאנקען, שטותים, נייעס, און פארשטייט אלעס זיך אנע קריגערייען אנע שנאת חנם, ווייל פון דעם בין איך זאט, מיינע אנגעצויגענע נערוון בארואיגן זיך אביסל און איך בין גוטמוטיג מיט א שמייכל, שוין ב"ה... ענדליך... ענדליך... אנגעטראפן אזא פיינעם היימישן קרעמל. אוי, דאנק דעם פון אויבן, איך באגעגן מיך דא מיט אזעלכע חשובע מעמבערס וועלכע זענען רואיגע, 'נאטורלעכע', מענטשן, מער ווייניגער 'קיינמאל נישט צו פארנומען', בעלי 'רחמנות', עס געפונען זיך צווישן איר 'געשמאקע' 'קרעמער'ס', 'יענטעס', 'אננעמען' און מיט נעמען, און ועל כולם א רבי'ן א "טאלמעדכאכעם", אה בארכעשעם, אבער ווי קום איך דא אריין? עס איז דאך א צוזאמענשטעל פון אזעלכע געלונגענע מענטשן, געלונגענע רעדנערס, טאלאנפולע שרייבערס, און וואס נישט, וואס קען איך דען שוין עפעס א אפגעריסענער "זארעכ'ל"?. שוין, אבער שאד נישט, איך מיז עס האבן פאר מיינע נערוון, ס'איז א מאס"ט, וועל איך מיך כאטש דרייען צווישן געלונגענע מענטשן אפשר וועט זיך אין מיר אויך עפעס אנקלעבן...

...איי א שאד אזא קליינע קהלה, צענדליגער מענטשן וואלטן זיך געוואונטשן דאס אנצוטרעפן. שוין לויט ווי איך פארשטיי איז דאך דאס א נייע קהלה און נישט יעדער וואס נויטיגט זיך אין דעם האט שוין געהערט דערפון.

דער זייגער שלאגט דרייע, איך געב מיך א שליידער אויף די אנדערע זייט, כ'פרוביר מיין מזל. שוין, כ'אב דאך שוין געטראכט פון גוטס, נאר פון איבערטראכטן אונזער קהלה איז מיר שוין רואיגער געווארן אויפן הארץ, אבער דאך, איך קען נאך אלץ נישט שלאפן, איך וויקל מיך איין אין מיין בלענקי"ט איך פרוביר פריש מיין מזל, אבער... ס'גייט נישט, וואס איז? איך בין נאך אלץ נישט רואיג, איך געפון מיך עפעס, נאך עפעס, נישט אינגאנצן באקוועם אינעם קרעמל. איך בין טאקע נאר א מעמבער א קורצע צייט, אבער איך קען נישט אלעס מיטהאלטן, איך פארשטיי נישט אלע געשפרעכן, איך שפיר זיך אביסל אויסגעשפילט. שוין, מאכט נישט אויס, יעדער איז דאך דא ניי ס'איז דאך א נייע קהלה ווי קיינער קען זיך דאך נישט איינער מיטן צווייטן, מיט די צייט וועט מען ווערן היימישער און זיך מער באקענען. אבער ניין, עפעס מאדנע, איך מערק דאך עפעס צווישן די געשפרעכן זאכן וואס איך פארשטיי ניט, אפשר זענען דאס יא אלטע באקאנטע?, א אלטע קהלה?, פארוואס בין איך הערשט יעצט געוואויר געווארן דערפון?, פארוואס אזא אלטע קהלה מיט אזוי ווייניג מעמבערס?, צענדליגער מענשן לעכצען דאך נאך אזא קרעמל און דא אונטער די נאז דרייט זיך אזא אלטע קרעמל - און גארנישט - קיינער ווייסט נישט קיינער קומט נישט, אין יוצאת ואין בא?. יא, איך מיך עפעס א מאדנע שמועס אין קרעמל, אז... מ'סטראשעט אין אנדערע קהלות איינעם וואס קומט דא פארברענגען, פארוואס? פארווען? אדרבה, זאלן יענע קהלות אויך אהער קומען וועלן זיי שוין זען ווי גוט דא איז, טעמו וראו כי טוב, און נאכמער מאדנע איבער מאדנע, פאלט שוין יא אמאל אריין דא א נייער מעמבער, מיט הארץ קלאפעניש - פרעג פארוואס?, לויפט ער באלד ארויס מיט אזא אימפעט און דרייט זיך אויס קוקו צו קיינער זעט נישט. פארוואס רעבוינעשעלוילעם? אוי באשעפער, רבה ריבי וגאלינו, אב הרחמן רחם עלינו.

איך ווארף מיך אהער אין אהין, פון איין זייט בעט צו דער צווייטע. די געדאנקען ווארפן זיך מיט מיטן בלענקע"ט וועלכע איך ווארף פון רעכט צו לינקס, אוי באשעפער זיסער, וואס גייט דא פאר? איז דאס אלט? איז דאס ניי?. שוין, איך מיז נישט אלעס וויסן, האסט הנאה דערפון פריי דיך און גיי ווייטער.

ס'איז דאך "ליל שישי", איז מעגליך אז אין אונזער נייע געגרידעטע קרעמל קומט מין זיך צוזאם ליל שישי, אפשר ווער ווייסט. שלאפן קען איך סייווי נישט, לאמיך פרובירן, איך וועל אהינגיין א בליק טאן וואס טוט זיך דארט.
דער זייגער קלאפט שוין פירע, אין די טונקעלקייט פון די נאכט שפאציר איך זיך צו צום קרעמל, ווען אין מיינע געדאנקען ווארפן זיך די בעהאקעצדיגע חלומות פונעם שלאפלאזן נאכט, מיט די האפענונג אז כ'וועל נאך אמאל טרעפן עפעס א לעזונג צו מיינע קשיות, אבער, ס'מאכט נישט, מיט א צוויי וואכן צוריק ווען כ'אב געהאט א שלאפלאזע אנגעצויגענע נאכט האב איך נישט געהאט אפי' מיט וואס זיך צו טרייסטן, היינט ב"ה אז איך האב אנגעטראפן דעם קרעמל האב איך כאטש ווי דעם קאפ אראפצולייגן, און ווער רעדט נאך פון די נחמה'לע וואס איך האב אין איר געפונען, אוי טאטע איך דאנק דיר...

יא! קוק נאר אן, ס'איז טאקע אזוי, ס'איז געווען דא א "ליל שישי" פארברענג'ל. אוי, א שאד, ווען איך ווייס ווען... איך דמיון, איך טארכט, מסתמא דער רבי איז דא געווען און מ'האט געפראוועט א תיקון חצות כדבעי, עטליכע זענען מסתמא נישט דא געווען ווייל זיי זענען שוין נאטורליכערהייט ארויסגעפארן אין קאנטרי דאנערשטאג, און אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט פונעם "ליל שישי" צוזאמענקום האבן זיי מסתה אויך נישט געוואוסט.
אבער סאמטינ"ג פאנ"י הי"ר, די פאדלאגע איז נאס, קהל'ס אפיס איז ברייט אפן, דער ציימלייג בעטל איז נישט דא, וואס גייט דא פאר?, ווי לאזט מען איבער אזא שמוציגן כאזעריי אין אזא שיינעם קרעמעל?. איך דריי מיך אהער איך דריי מיך אהין, אפשר וועל איך נאך אנטרעפן איינעם פון אונזערע חשובע מעמבער'ס וואס האבן מיטגעהאלטן דעם "ליל שישי", אבער גארנישט, פוסט, ליידיג, א בעסאכאייעם.

שוין, וואס טוט מען דא? ס'איז דאך שוין האלב פינעף פאר-פארטאגס, באלד קומען שוין די משכימי קום אויסרייניגן די גמרא'ס פון די בערד. לערנען קען איך נישט, געשלאפן בין איך נישט, שוין קהל'ס אפיס איז דאך ברייט אפן כעמעך דארט אביסל אראפזעצן, אויפן גרויסן ראשאקאל בענקל, אין פרובירן כאפן א שטיקל דרימעל.
איך זיץ אויפן גרויסן פארעדיגן בענקל, כמלך בגדוד - ווי דער פריץ אין פאלאץ, עפעס א קלייניקייט אויפן ראשאקאלס בענקל אליין, איך בליק מיך אזוי ארום אויף די טייערע שיינע אפיס פוירניטשער שענק אין איך מערק עפעס א שיינעם דיקען איינגעבונדענעם בוך - שוין שלאפן נישט אפשר עפעס ליינען אין אזוי איינשלאפן - איך פאר אזוי צו מיטן בענקל, איך שפיר מיך ווי אין ראש הקהל'ס הויזן, איך נעם דעם בוך אין די האנט אריין איך געב א בליק אויפן דעקל וואס דאס איז איך זעה נישט מער אין נישט ווייניגער..., מיט גרויסע גאלדענע אויסגעקריצע אותיות "פנקס הקהלה", מיין נייגער הייבט אן וואקסן, א פנקס? פון וועלכע קהלה?. איך מאך אויף דעם פראנ"ט קאווע"ר איך גלייב נישט וואס איך זע... עס שפרינג מיר אנטקעגן די אויגן די ווערטער... "פ נ ק ס ה ק ה ל ה ד ק ה ל ה י י מ י ש ע ש ט ו ת י ם". איך קען אייך נישט מסביר זיין מיט ווערטער וואס דאס האט געמיינט פאר מיר, אזאנס, די קהלה האט גאר א פנקס! איר פארשטייט אליין אז פונעם דרימעל האב איך זיך שוין מייאש געווען נאך אזא מציאה.

מיד בין איך, קיין טראפ כח פארמאג איך נישט, דער קאפ ארבעט נישט, אבער איין מינוט א פנקס אין נייע קהלה? און נישט סתם עפעס אזא פנקס'ל נאר עפעס גאר א דיקער גרויסער פנקס? נא, שוין, לאמיר שוין זען וואס דא שטייט. איך הייב אן בלעטערן דעם גרויסן דיקן אלטן פנקס - א הויכן געניץ לאז איך ארויס פון צייט צו צייט פאר מידעקייט - אין ווידער עפעס מאדנע, א מאדנער פנקס, גאנצעטע בלעטער ארויסגעריסן, האלבעטע בלעטער געמעקט, און וואס ס'איז שוין יא דא איז געקאטשקעט און פאראכטן, וואס גייט דא פאר?, א נייע קהלה מיט א אלטן פנקס? א אלטע קהלה מיט צוריסענעם פנקס בוך?. איך דערמאן זיך פון מיינע נאר-וואס שלאפלאזע געדאנקען וועלעכע האבן מיר געדזשובעט אין קאפ א גאנצע נאכט. און און.... וואס גייט דא פאר?. פון צווישן די בלעטער וואס איז נאך יא געבליבן, פרוביר איך צו בלעטערן אהין און צוריק, אפשר וועט מיר געלונגען צו דערגיין דעם סוד הדבר. איך טראכט אזוי צו מיר, ס'מוז זיין אז דא ליגט דער הונט באגראבן...

יגעת ומצאת תאמין, אז מ'זוכט טרעפט מען, צוביסלעך ווערן אלע חידה'ס פארענטפערט, יא! סאיז א אלט נייע קהלה! פון..., וועלכע ס'האט זיך נאר וואס אריבער געצויגן אהער צו אינזער נייער ארטאדאקסישער געגנט, און ס'האט זיך אהער געפעקלט מיט אירע גאנצע קלאפ געצייג! ברוכים הבאים בשם ה'.

אוי טאטע זיסער, אלעס איז דאך פון הימל, איך וויל מיך דאך אביסל אויסטשוכען, איך האב נישט ווי נאר דא, אבער דא פארשטיי איך דאך נישט אלעס?. נא וואס טוט מען? וויאזוי געבט זיך עצה?. אוי הלואי ווען די קהלה צעוואקסט זיך ווען און ס'קומען ווען צו נאך אזאלעכע 'נאטירליכע' נייע 'קרעמערס' און מעמבערס, אפשר אזוי וועל איך מיך גוט אריינפאסן דא.
אפשר אפשרייבן א בריוו'ל?, אוי, איך בין דאך עפעס א אפגעריסער זארעכ'ל. נישט קיין שרייבער, נישט קיין רעדנער, און וואס יא...?

א געדאנק קומט מיר אויף. ווייסט וואס שרייב עס דיר אפ 'באישית', פאר דיר פריוואט, וכשיבוא זמנו וועסטו עס שוין דארך רעדן מיטן עולם אין קרעמל. געזאגט און געטון. אפגעשריבן מיט מיין פאצערישן שרייבן סטיל, אבער ס'שאד נישט, עס איז דאך 'באישית', פאר מיר פריוואט קיינער ווייסט דאך סייווי נישט.

איז וואס ווייטער, וויאזוי ברענגט מען דאס אויף אין קרעמל?, דערווייל ווייס איך נישט, דער קאפ ארבעט מיר נישט געהעריג. כ'על דאווענען, עסן, כאפן א דרימל, זיך גרייטן צום שבת, אפשר אין משך פון שבת וועט זיך עפעס א געדאנק אויסקאכן און זונטאג וועל איך עס אויפברענגען, אפשר. א גוט שבת.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/8/2005 00:30 לינק ישיר 

קודם כל; די וואך גייט פרשת מסעי...

נאכדעם כל (אויך מיר א ווארט); די וועלט זאגט: קלענער די עולם גרעסער די שמחה.

אבער - אדרבה - ברענג אהער דיינע חברים זרח'ל און דאס פלאץ וועט שפרידלן מיט געפערפערטע שרייבערלעך ווי דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 21:10 לינק ישיר 

זארעח!!!!.... ביזט נאך ניי דא וועל איך דיך נישט אנשרייען.... אבער.... ס'איז נישט שיין אריינצוגיין אין ראש הקהל'ס אפיס אן רשות, נאכדערצו קוקן די ביכער? דעטס ווערי נאט נייס..... נעקסט טיים אז דו ווילסט עפעס בעט פארדעם.... איך לאז יעדן אלעס זען מ'דארף נאר בעטן....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 21:20 לינק ישיר 

אוי, אוי, סאר"י פלי"ז פארגי"וו מ"י אי"י ווא"ס טייער"ד. איך בין געווען זייער מיד פון נישט שלאפן א גאנצע נאכט, און נעכדערצו די טירן פונעם אפיס זענען געווען ברייט אפן, ומה יעשה הבן שלא יכנס.

באגב, וויאזוי האסטו געזען וואס איך האב מיר פארצייכנט ביי מיר אין אישית? מילא דער אלטער רבי זיכרוינעליווראכע איז דאך געווען א "יודע נסתרות" אבער דו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 21:23 לינק ישיר 


אה ר' יענטאאש, איך בעט שיין פארדעם, קענסטו מיר עס ווייזן?

ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אין די ארכיוון פון אונזער קהלה...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext