| נשלח ב-7/8/2005 08:41 |
|
| |
אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא
גוטע וואך, גוטע וואך.
זעצט אייך, די בילקעלעך שטייען גרייט, די פיש איז שוין צושניטן און אריינגעלייגט אין טעלערלעך פאר יעדן איינעם, מיט אביסל קאטשיניא אין די זייט, כריין איז דא גענוג. אלזא - וואשט אייך.
לאמיר אנהייבן זינגען די זמירות (יענטאאש געב דעם טאון):
אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא דמלכא קדישא וכו'.
נו, וואו זענט איר?
++
היינט איז געווען שבת ראש חודש, האב איך געהערט צום וויפלטן מאל דעם אומפארשטענדליכן אויסדרוק "אתה ירצת"... אפשר קען איינער מיר מסביר זיין וואס די תפילה פון "אתה יצרת עולמך מקדם" האט זיך פארשולדיגט אז מען דרייט ארום דעם צדיק מיטן ריש און מען רופט אים אן "ירצת"?
וואלט איר געמיינט אז איך האב דאס געהערט פון זיבן יעריגע קינדער... הלואי. איך האב דאס געהערט פון אן ערוואקסענעם(?) אינגערמאן וועלכער האט אנע בושות געגעבן א הויכן רוף אויס "אתה ירצת" זיכער צו מאכן אז יעדער הערט און שמייכלט זיך אונטער. און דער עולם האט טאקע געגעבן א האלבע שמייכל (המכונה: טובה שמייכל), אבער מיר איז שווער געווארן מיין אלטע קשיא: פארוואס???
אגב=
פארוואס איז געדרוקט אין די אלטע סידורים די דריטע צדקתך פאר די צווייטע, און די צווייטע פאר די ערשטע?
איך האב דאס שוין געפרעגט ביי די צען יאר, אבער איך האב זייט דאן נישט באקומען קיין ענטפער פון קיינעם. אפשר איז היינט מיין גליקליכע טאג.
ווען איר קומט אריבער צו מלוה מלכה, ברענגט מיט א תירוץ.
גוטע וואך.
תוקן על ידי - hutkh - 07/08/2005 9:12:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 09:00 |
|
| |
א גוטע וואך אלע פארזאמעלטע, מיר וועל יעצט מכבד זיין בן-זהב מיט במוצאי יום מנוחה.
במוצאי יום מנוחה המצא לעמך רוחה . . .
שפעטער וועט מען הערן פון גם-זו זאגן מודה אני (ווייל ביי איהם איז שוין צופריה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 09:15 |
|
| |
א גוטע וואך!
איך בין פונקט דא אריבער געגאנגען האב איך גטעראכט לאמיך שוין אריינקומען צו מלוה מלכה, היינט איז דאך געווען אהרן הכהן'ס יארצייט, נו ווייסט דאך. איך בין גראדע געווען ביי אפאר אנדערע שולן דארטן האלט מען נאך אינמיטן שלש סעודות קריגעריי... אבער איך, איך וויל דאך גיין שלאפן פרי ווי א נורמלי ...
.... א שטיקל קוגל האט איר אפשר? ... יא זיכער...! נאט אייך איינס...
אינטערעסאנט, ביי אונז אין שול האט איינער היינט אויסגערופן "אתה רצצת"... אפשר האט ער נאך געהאלטן אינמיטן ברכי נפשי און בטעות אריינגעפארן צו קאפיטל פ"ט...
איך ווייס נישט וואס פונקט היינט האסט דיך דערמאנט פון צדקתך, אבער ביי אונז האט מען עס נישט געזאגט בכלל, וועגן שבת ראש חודש.
ברם כיון דאתי לידי אשדי בי' נרגא, דאס זענען אפשר העכערע ענינים כידוע אז די פסוקים איז א צידוק הדין על פטירת משה יוסף דוד, דהיינו צדקתך כהררי גו' מרמז על יוסף, וצדקתך גו' מרמז על משה, צ"צ גו' מרמז על דוד.
והפכו הסדר כי לפי הנגלה ייתכן שייכתב ראשונה שמשה הי' גדול מכולם במעלה גדולה לכן נכתב ראשונה, און וצדקתך שמרמז על יוסף לפי שאין נבון וחכם כמוך, און כהררי אויף דוד וכו', ואכמ"ל.
איך פארשטיי נישט פונקליך אבער עפעס א עניין פון קרי וכתיב
א ציגארעטל האסטו אפשר?........ניין ס'מיר פריער אויסגעגאנגען די לעצטע.... אקעי, וועל איך מוזן נוצן מיין אייגענע!......
און אז מען רעדט שוין פון סידורים , ווייסט איינער פארוואס האט מען נישט אריינגעדריקט די אלף בית אזוי ווי די אמאליגע שמחה ואורה סידורים מיט די הסכמות?
תוקן על ידי - gishmoker - 07/08/2005 9:19:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 09:20 |
|
| |
גוטע וואך געשמאקער, גיי זיי מוחל ארויס רייכערן אינדרויסן.
פארוואס איך האב זיך דערמאנט פון צדקתך? ווייל איך האב געדאווענט מנחה פארן עמוד, האב איך צום ערשטן מאל אין ווייסעך ווי לאנג אריינגעקוקט אין סידור'ל שבת ביי מנחה...
אז מ'רעדט שוין פון סידור'לעך=
יעקב מילער פרעגט פארוואס ברויך מען אריינדרוקן דעם פסוק שמע ישראל אינעם סידור'ל, מען פארדעקט דאך ממילא די אויגן בשעת מען זאגט דעם פסוק?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 09:25 |
|
| |
אגב דער זוהר הק' זאגט אויף שמונה עשרה אז מען דארף דאווענען מיט צוגעמאכטע אויגן, נאר מען האט מתיר געווען אריינצוקוקן פאר די וואס קענען נישט אויסנווייניג אדער אויב מען קען נישט מצמצם זיין די כוונות.
פוי...!! ס שטונקט דא!!.. ווער רייכערט דא??!!!
אקעי, איך גיי שוין ארויס......
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 16:07 |
|
| |
יאנעק!, קאם! קאם העיר!, וויש העיר עוורי טעיבעל, קליען אפ גאנצע שול!!!!..... עוורי טינג קליען.... וואש.... מאפ.... קליען... נאמאר שטינק.....
פוי!.... אזא חזעריי איבערצולאזן דא!.... א אוממענטשליכקייט!... מ'פרעסט זיך אן מיט מלוה מלכה! מ'שטינקט אן די גאנצע שול! מ'רייכערט נאך אויך!... און מ'קען נישט אויפקלינען!!!.... אך.....
יאנעק!!!... העיר דיס טשעיר (דא ווייז איך אויף הוטקעס בענקל) אוט אין דע גארביטש!!!.... יעס!!!!.... אין דע גארביטש!!.......
אקעי יאנעק!!!.... יו קליען עוורי טינג!!!.....
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2005 19:20 |
|
| |
Isnt Tzidkoschoo the way it is in tenach, just we say it in the opposite order
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2005 21:28 |
|
| |
ביחסיד;
מיר זאגן צדקתך לויט די סדר פון תהלים, די ערשטע איז אין קאפיטל ל"ו פסוק ז' "צדקתך כהררי וגו'", דאן אין קאפיטל ע"א פסוק י"ט "וצדקתך וגו' מי כמוך", די דריטע שטייט אין קאפיטל קי"ט פסוק קמ"ב "צדקתך צדק לעולם ותורתך אמת".
אבער עס איז נאך אלס שווער פארוואס אין די אלטע סידורים שטייט קודם צדקתך צדק לעולם, דאן וצדקתך, הערשט דערנאך שטייט צדקתך כהררי.
|
|
|
|
|