|
|
| נשלח ב-26/12/2005 22:04 |
|
| |
ליינענדיק אייערע פינעף-כללים, וואס איר האט געשטעלט, וואלט איך זיך ערלויבט אייך צו פרעגן:
משא"כ אין אנדערע שפראכן? איז דען אין אנדערע שפראכן פארהאן אנדערע כללים ווי דאס וואס איר האט אראפגעשטעלט ביי אונזער באליבטע מוטער-שפראך?
די כללים, דוכט זיך, זענען נישט בדוקא כללים פאר די אידישע שפראך, נאר זיי זענען גיכער א כלליותדיקער שפראכן-כללים.
~~~
איך וואלט זיך אויך ערלויבט צו שטעלן א פראגע
ווען ניצט מען דער אויסדריק "די"?
ווען ניצט מען דער אויסדריק "דער"?
ווען ניצט מען דאס ווארט "דעם"?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 22:57 |
|
| |
service03
וואס טיט זיך מיט
"דיעזע"
"דאזיגע"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 01:39 |
|
| |
סערוויס. בנוגע די און דער אויב ס'איז לשון זכר אדער נקבה איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די אידיש פיוריסט'ן וועלן שרייבן "דער פרוי" און נישט "די פרוי". מעלות פאלגט אויך נאך דעם דיקטאט.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 05:57 |
|
| |
שלמה זלמן טייערע:
איך וועל אייך ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
קודם כל, בנוגע די פינף כללים זענט איר גערעכט, אז אין יעדע שפראך דא די פינף כללים. נאר די חילוק איז אין יעדע כלל אליין איז דא פארשידענע כללים וואס איך האב אין פלאן במשך הזמן זיי אויסצושמועסן פונקטליך (אדער פונטקלעך). נאר איך האב געוואלט צוגרייטן דעם פעלד פאר דעם, דעריבער האב איך זיי אויסגעשמועסט.
אויף דער, די, דעם, דאס:
דער - זכר (איך ווייס נישט פון וואו ער נעמט צו זאגן 'דער פרוי').
די - נקבה.
דאס - דומם, כל זמן ער איז נישט גרויס. צ.ב.ש. דאס טיש, דאס שאפע, א.א.וו.
דאס - אויך ווען מען מאכט קליין א זאך צ.ב.ש. דאס אינגעלע.
דעם - דומם וואס איז גרויס. צ.ב.ש. דעם בנין, דעם שטאט, דעם לאנד, א.א.וו.
איך האף אז איך האב אייך קלאר געמאכט דעם ענין.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 06:01 |
|
| |
איך האב פארגעסן צוצולייגן א קליינע צוגעבונג:
'דעם' שרייבט מען אויך ווען מען רעדט פון א זאך וואס מען קען נישט אנטאפן מיט די הענט. צ.ב.ש. דעם ענין, א.א.וו.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 17:34 |
|
| |
איך וויל פאררעכטן מיין גראבן טעות:
אנשטאט 'שלמה-זלמן' טייערע
ליין 'סערוויס' טייערע
והוא רחום יכפר עון.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 01:07 |
|
| |
שייןהויך,
לאמיך דיר פארפינקטליכערן, והוא רחום יכפר.
דער = לשון זכר,
די = לשון נקיבה,
דאס = נייטראל, פארקלענער ווארט.
דעם = ווערט גענוצט אויף "דעם" און "דאס" ביי פארשידענע געלעגנהייטן.
כמעט יעדע זאך און יעדער באגריף האט האט א פלאץ וואו ער/זי באלאנגט - לשון זכר, נקיבה, אדער נייטראל. "טיש" איז א לשון זכר און איז דערפאר "דער" טיש. "וואנט" איז א לשון נקיבה און איז דערפאר "די וואנט".
ווער האט באשלאסן וואס איז וואס? אויף דעם, מיין איך, איז דער ענטפער אז אין רוב פעלער איז עס געוואנדן אין וואו דאס ווארט שטייט איין אין אריגינעל - אין דער דייטשער שפראך.
זאכן וואס זענען אבסטראקטע באגריפן (ובלשונך: "וואס מען קען נישט אנטאפן") זענען געווענליך "דאס" - "דאס ענין, דאס התעוררות, דאס התרגשות אא"וו.
ועוד חזון למועד.
תוקן על ידי - menchele - 28/12/2005 1:06:46
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 04:19 |
|
| |
ווען זענען די 'פארשידענע געלעגנהייטן' וואס מען ניצט 'דעם'?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 06:28 |
|
| |
איך בעט אלע אידיש קענער זאלן איבערקוקן מיין נייע ארטיקל וואס איך האב נארוואס ארויפגעשטעלט דא אין די קרעטשמע לכבוד חנוכה, און נאטירן אויב איך האב גוט אויסגעלייגט די כללים פון די אידישע שפראך, אריינגערעכנט 'די' 'דער' 'דעם' און 'דאס'. יישר כח למפרע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 16:23 |
|
| |
עיין מה שכתבתי שם הנלע"ד ודו"ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 03:31 |
|
| |
עיי"ש, וועט דיר אויסקומען אז דאס קעפל פון דעם "אשכול" וואלט זיך געדארפט לייענען "עטליכע כללים אין 'דער אידישער' שפראך..."
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 19:44 |
|
| |
האט מיר איינער נעכטן אנגעפרעגט א שאלע, איבער ענק און עטץ.
ער פרעגט מיר אזוי: ווי אזוי פרעגט מען א רבים וואו זיי געפינען זיך;
1) וואו זענען ענק
2) וואו זענט עטץ
יאך האב גלייך געזאגט אז די ערשטע איז ריכטיג, די צווייטע איז נישט ריכטיג, ווייל אין אידיש איז נישט דא אזא ווארט ווי "עטץ", פרעגט ער מיר נו אפשר קען מען פרעגן "וואו זענט ענק" גיב איך איהם א פרעג וואו זייט איר געבארן געווארן, ביין אונז איז אזא אויסלייג נישט פארהאנען.
מורי ורבותי יאך קאן נאך זאגן אחר שובי ניחמתי, סיז נישט אזא הארבע שאלע, ממילא זאגט מיר צו בין יאך גערעכט אדער נישט.
תודה רבה למפרע.
תוקן על ידי - התאחדות - 29/12/2005 19:51:10
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 20:49 |
|
| |
3) וואו זענט איר?!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 00:10 |
|
| |
א גרויסן יישר כח ר' מענטשל, פאר זיין מראה מקום, עס האט מיר פשוט באלויכטן די אויגן.
איך האב שוין געשריבן פריער באריכות די פינעף משפחות פון ווערטער. איך וועל זיי יעצט ציטורירן בקיצור:
1)שם הפועל 2) שם עצם 3) שם אחיזה 4) פעלי עזר 5) געפיהל ווערטער.
מיר וועלן זיך יעצט באציען איבער דעם שם הפועל:
דער שם הפועל איז איינגעטיילט אין צוויי:
1) שם הפועל - דער זאך וואס מען טוט, צ.ב.ש. 'לויפן' 'שרייבן' א.א.וו.
2) שורש הפועל - דער עצם זאך, צ.ב.ש. 'לויף' 'שרייב' א.א.וו.
ווען מען וויל זאגן פאר א מענטש ער זאל עפעס טון, וועט מען נישט זאגן 'איך וויל דו זאלסט לויף' ווייל דאס איז נישט די פעולה, הגם דאס איז די עצם ווארט, אבער די פעולה איז 'לויפן' און נישט 'לויף'.
דער חילוק צווישן דעם 'שם הפועל' מיטן 'שורש הפועל' איז דער 'ן'. אן דער 'ן' איז דאס א 'שורש' און דער 'ן' מאכט דאס פאר א 'פועל'.
ווען מען רעדט פון 'הווה', באנוצט מען זיך מיטן 'שורש'. נאר מען לייגט צו צום סוף עטליכע אותיות, געוואנדן איבער וואס מען רעדט.
עס איז דא פינף וועגן ווי אזוי צו זאגן אין דעם הווה, באנוצענדיג זיך מיטן 'שורש':
'סט' - נוצט מען ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן דעם צווייטן (גוף שני), צ.ב.ש. 'דו שרייבסט', לייגט מען צו צום סוף 'סט'.
'ט' - ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן א דריטן (גוף שלישי), צ.ב.ש. 'ער שרייבט'. אדער ווען מען רעדט פאר א ציבור (גוף שני - רבים), צ.ב.ש. 'איר שרייבט', לייגט מען צו צום סוף 'ט'.
'ן' - ווען מען רעדט פון 'אונז' (גוף ראשון - רבים), צ.ב.ש. 'מיר שרייבן'. אדער ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן א ציבור (גוף שלישי - רבים), צ.ב.ש. 'זיי שרייבן', לייגט מען צו צום סוף 'ן'.
ווען מען רעדט פון זיך אליין (גוף ראשון), לייגט מען גארנישט צו צום שורש, צ.ב.ש. 'איך שרייב'.
אז מען רעדט שוין פון דעם 'ן' וואס מען ניצט ביי לשון רבים, איז וויכטיג צוצוגעבן א וויכטיגע נקודה.
עס זענען פארהאן זעקס פעלער, וואס מען שרייבט 'ען' אנשטאט א 'ן'.
ווען דער ווארט ענדיגט זיך מיט איינע פון די פאלעדיגע אותיות, 'ן' 'ם' 'נג' 'נק', אדער מיט א וואקאל, צ.ב.ש. 'גייען' און נישט 'גיין', אדער ווען עס ענדיגט זיך מיט א 'ל' וואס האט פאר דעם נישט קיין וואקאל.
 |
|
|
|
|
|