|
|
| נשלח ב-30/9/2005 01:26 |
|
| |
רעב זאארעחך גלייבט מיר אויפן ווארט,
אז איך בין נישט פון דעם סארט,
וואס טוען פאר די גרינע פרעשלעך וויינען,
און אז מען גיט זיי עס נישט טוען זיי קאמפליינען,
אבער אז דו האסט מיר עס געגעבן איז עס פארט נישט אזוי בעד,
עס איז נאך אלעם פאר מיר א גרויסער כאבעד,
זאל דיך דער אייבירשטער באצאלן בכפלים,
שמח תשמח רעים האהובים.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 01:29 |
|
| |
איך דערמאן מיך אויפן ארט
די באקאנטע וועלטס ווארט
נישט יעדער לויפט דעם "קאוועד" נאך
ווייל ס'האט צומאל זייער נישט קיין גוטן גראך
אבער אז ס'קומט אונטער ווי א מציאה
דעמאלט איז עס א גרויסע זכיה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 01:40 |
|
| |
יא ווירקליך אזוי דער כבוד איז מיר נאכגעלאפן אלעמאל,
נישט אומזינסט בין איך דא ראש הקהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 02:18 |
|
| |
נא דאן איז דאך פאר אייך דער 'קאוועד' א ריכטיגער געשמאק
ווייל די גאנצע זאך איז דאך פאר אייך א שאק
איר טוט דאס נישט נאכלויפן
נאר מיט אייערע גוטע מעשים האט איר דאס זיך געטוען איינקויפן
און טאקע דערפאר האט איר דעם 'כבוד' ערלעך פארדינט
אין אנגעקומען צו אייער הויכן פאסטן אויף וואס איר זיצט אצינד
וצויתי את ברכתי לך
יאריך ימים על ממלכתך
זאלסט זוכה זיין צו א שנה טובה ונעימה
און א גוטע כתיבה וחתימה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 05:35 |
|
| |
איך זיץ און וויין
בין איך טאקע געמיין
גרויסע מסיבה דא געווען
און מיר האט מען פארזעהן
דער דיין ערעב זארעח
מיט א בארד ווי תרח
דער ראש הקהל מיטן קֶרֶח
ווי טעאדער הערצל בערך
ארום דעם רינדיגן טיש
געשמועסט איבער הודו און כוש
גערופן האט מען מיר נישט
איך בין אינגאנצן צומישט
בענעדיקט16
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 14:06 |
|
| |
בענעדיקט קרעכץ נישט האב נישט קיין צער,
און וויין נישט ווי קיין נער,
מן הסתם האסטו אין די צייט געלערנט די הייליגע תורה,
כי טוב סחרה מכל סחורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 16:09 |
|
| |
על דא ודאי קא בכינא
איך זאג מיר א קינה
אויב איר זעהט יא איין
אז זיס איז די תורה אליין
דאן פארוואס פארברענגן
די צייט אומברענגן
מיט דברים של מה בכך
ס'לוינט נישט די גאנצע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 20:55 |
|
| |
גערעכט גערעכט ס'איז זיס די הייליגע תורה,
אבער מיר בטל'ען די צייט ועל דא אני מתאבל מרה,
אבער וואס קען מען טון אז עס איז דא א ביטערער יצר הרע,
וואס מאכט אונז אינגאנצן משוגע מעטארע.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 22:10 |
|
| |
בראתי יצר הרע
זאגט דער בורא
אבער בראתי תורה
די תבלין די ווארע
אנטי-יצר סחורה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 00:09 |
|
| |
טייערע ברודער ביטע נישט זיין ברוגז אויף מיר פאר ארויפברענגן די אשכול צום אויבערפלאך דען דאס איז וויכטיג פאר דעם ציבור צו וויסן די כללים איבער די שפראך וואס אונז נוץ מיר דא אין קרעעטשמע, איך האף די נעקסטע תגובה וועט זיין לויט די כללים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 18:01 |
|
| |
האסט געוואלט א תגובה? האסטו איינס: דו שרייבסט: "וואס אונז נוץ מיר דא אין קרעעטשמע". מ'דארף שרייבן: "וואס מיר נוצן דא אין קרעטשמע". וה' הטוב יכפר...
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 03:21 |
|
| |
ווי אזוי שרייבט מען
ביימער
אדער
בוימער?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 07:19 |
|
| |
עס איז נישט דא א ווארט 'בוימער'. 'בוים' איז לשון יחיד, 'ביימער' איז לשון רבים.
ווי אזוי שרייבט מען 'געווענטליך' אדער 'געווענליך'?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 07:54 |
|
| |
צי ווייסט איימיצער דעם אינטערשייד צווישען "דרום" און "דריבער" ?
איך טוה זעהר אסאך לעזן אין די אלטע "צאינה וראינה".
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 08:23 |
|
| |
שייןהויך;
געווענליך שרייב איך געווענליך. מען קען אבער אויך שרייבן געווענדליך אדער געווענטליך.
|
|
|
|
|