בית פורומים היימישע קרעטשמע

עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2005 08:57 לינק ישיר 

לידיעה בעלמא: א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט מן הסתם. אבער דאך שאדט נישט אז מען ברענגט עס אראפ:

אין אידיש באנוצט מען זיך נישט מיט די דאזיגע אותיות:
'ב' (אן א פינטל), 'ח', 'כ' (מיט א פינטל), 'ש'(א לינקער), 'ת'(מיט א פינטל).

אנשטאט 'ב' (אן א פינטל), שרייבט מען 'וו'.
אנשטאט 'ח', שרייבט מען 'כ' (אן א פינטל).
אנשטאט 'כ' (מיט א פינטל) שרייבט מען 'ק'.
אנשטאט 'ש' (א לינקער) שרייבט מען 'ס'.
אנשטאט 'ת' ( מיט א פינטל) שרייבט מען 'ט'.

אין דעם געלעגנהייט וועל איך שוין דערמאנען נאך א פשוט'ע אבער וויכטיגע זאך:

די וואקאלן:
'א' דינט סיי אלס 'קמץ', סיי אלץ 'פתח'.
'ע' - 'סגול'.
'יי' - 'צירי'.
'וי' - 'חולם'.
'י' - 'שורוק'.
דער 'שוא' האט נישט קיין וואקאל.
סך הכל:
די וואקאלן: - א. ע. ו. יי. וי. י.
די איבעריגע אותיות זענען די קאנסאנאנטן מיט וואס מען באניצט זיך צו רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 10:44 לינק ישיר 

שיין הויך. ס'איז דא איינמאל אין די גאנצע אידישע שפראך וואס מ'נוצט יא א ב' (אן א פינטל). אויבן (אויפ'ן צווייטן שטאק). אויוון איז דארט וואו מ'באקט קאקאש קעיק. "לויף ארויף אויבן און צינד אן דעם אויוון".

שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2005 10:54 לינק ישיר 

שיין הויך. שרייבסט אז 'י' איז פאר א שוריק. ס'איז נישט ריכטיג. 'י' איז פאר א חירוק נישט א שוריק. א שוריק הערט זיך אזוי ווי א מלואפום, אזוי ווי אין "ענטשולדיגט".

שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2005 16:40 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר!

שלמה-זלמן איז גערעכט:

'י' איז 'חיריק'.
'ו' איז 'שורוק'.

והוא רחום יכפר עון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 17:03 לינק ישיר 

ווי אזוי שרייבט מען?

'צימער' אדער 'צומער'.

'גליקליך' אדער 'גליקלעך'.

'דערובער' אדער 'דעריבער'.

צו קען מען שרייבן נאך א 'קאמען' (ווי דאס , ) דאס ווארט 'און'? איך וואלט לכאורה געזאגט אז נישט, ווייל דאס פילט שוין אויס דער 'און', נאר איך זעה אז דער מעלות, וועלכע לייגט א גרויסע דגש אויף אויסלייג, שרייבט יא 'און' נאך א 'קאמען', וצ"ע.

איך וואלט אויך געוואלט מברר זיין דער כלל, ווען מען שרייבט א ליין צווישן צוויי ווערטער (ווי דאס - ). אמאל ווערט עס געשריבן מיט א 'ספעיס' (ווי דאס ) צווישן די צוויי ווערטער, און אמאל אן א 'ספעיס'.

איך וועל מיך פרייען אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 18:07 לינק ישיר 

שיין הויך. צימער, גליקליך און דעריבער איז ריכטיג. "גליקלעך" איז נישט אזוי שטארק גרייזיג פאר אונגאריש אפשטאמיגע, אבער די ריכטיגע ווארט איז גליקליך. (אזוי ווי: גיב, אים אד"ג).

ביטע גיב א ביישפיל ווען מעלות ניצט א קאמע פאר "און". איך גלייב נישט אז זיי ניצן א קאמע ווען דער "און" איז א חלק פון די זעלבע זאץ, אזוי ווי: "גאלד, זילבער און קופער". ס'קען זיין אז זיי האבן גענוצט א קאמע ווען דער זאץ איז געווען גאר א לאנגער און דער "און" האט באלאנגט פאר א פריערדיגע חלק פונעם זאץ.

אויב מ'זאל אריינלייגן, אדער נישט אריינלייגן, א ספעיס פאר און נאך א "דעש" ווענדט זיך אויף וואס דו ניצט דעם דעש. אויב דו ווילסט מחבר זיין צוויי אדער מער ווערטער נוצט מען דעם דעש אן א ספעיס. ווי אין: "צוואנציג-יעריגער", "איין-און-דרייסיג'סטער". אבער אויב דו ווילסט אפטיילן דעם זאץ אינמיט'ן לייגט מען אריין א ספעיס, ווי אין: "מאסול - איינס פון די צוויי פראבלעמאטישע שטעט אין איראק - איז געווען אין..."

שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2005 18:10 לינק ישיר 

מען שרייבט 'צימער' 'גליקליך' 'דעריבער'

ווען מען שרייבט צוויי גאנצע זאצן און מען נוצט די 'און' פאר א באהעפטונגס ווארט דארף מען לייגן א קאמע פארדעם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2005 18:24 לינק ישיר 

ווען מען וויל שרייבן א זאץ, וואס די שפראך טוישט זיך אינמיטן, למשל: "ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער נישט געלאכט - ער האט זיך פשוט געקוילעט פאר געלעכטער", קומט אריין א שטריך אינדערמיט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 19:57 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואָס "דער איד" פינטעלט אַלע זייערע קעפּעלעך מיט קמץ אדער פּתח, - און "דער בלאט" נישט?



[email protected]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 01:18 לינק ישיר 

'פארבריק' אדער 'פאבריק':

'פארברענגען' אדער 'פאברענגען':

וואס איז דער כלל ביי אלע די סארט זאכן? ווען לייגט מען אריין א 'ר' און ווען נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 01:43 לינק ישיר 

שיין הויך

דאס וואס 'הצלה2006' האט געפרעקט צו מ'שרייבט בוימער אדער ביימער,
מיין איך אז דער אמת'ער ענטפער איז אז עס ווענד זיך צו דו זאגסט סליחות נוסח פולין אדער סליחות נוסח ליטא,

כלומר אין פוילן דריקט מען אויס א חולם א קמץ+י אוי, דעריבער וועלן מיר שרייבן 'בוימער'.
אבער אין ליטע דריקט מען אויס א חולם הענדליך ווי א ציירי איי, דעריבער וועלן מיר שרייבן 'ביימער'.

ווי באקאנט איז די הזהרה צו דו וואס דריקן אויס א ציירי א שטאט א חוילם זיי זאלן אכטינג געבן ביים דאווענען ווען זיי זאגן 'הבו לד' כבוד ועז' ניט זאגן כבייד ועייז, ווייל עס הערט זיך ווי זיי זאגן גיב צו ג-ט א לעבער מיט א ציג.


קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 09:44 לינק ישיר 

"ווען מען וויל שרייבן א זאץ, וואס די שפראך טוישט זיך אינמיטן, למשל: 'ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער נישט געלאכט - ער האט זיך פשוט געקוילעט פאר געלעכטער', קומט אריין א שטריך אינדערמיט?"

יא. ס'באלאנגט א ספעיס דארט. (אויב דאס איז דיין פראגע וועגן א "שטריך"). אין דעם ספעציפישן זאץ וואלט איך נישט אריינגעלייגט א דעש נאר א קאמע.

שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2005 09:45 לינק ישיר 

וואס איז דער חילוק צווישן מיר און אונז?

ליין מעלות די חודש אין די בריוון פון די ליינער. אינטרעסאנט.

שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2005 18:07 לינק ישיר 

יישר כח שלמה-זלמן פאר דיין מראה מקום.

ןןי אזוי שרייבט מען? 'מראה-מקום' אדער מראה מקום?

אגב: פון וואו ווייסטו אזוי גוט די אידיש כללים? ביזטו א שרייבער? דו קענסט מיר אויך ענטפערן אין אישית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 19:56 לינק ישיר 

אין אידיש באנוצט מען זיך מיט פינף משפחות פון ווערטער:

1) שם הפועל - א זאך וואס מען טוט. צ.ב.ש: עסן, שלאפן, רעדן א.א.וו.

2) שם עצם - א זאך וואס מען קען אנכאפן. צ.ב.ש: א טיש, א בעט, א.א.וו.

3) פעלי עזר - א ווארט וואס ווערט באנוצט צו העלפן פארשטיין וואס מען רעדט. צ.ב.ש: דער טיש "איז" ארויפגעפאלן "אויף" מיין פוס. - די אלע ווערטער אין גענזן פיסלעך זענען פעלי עזר, זיי גיבן צו פארשטיין דאס גערעדטע. אנשטאט צו זאגן "טיש ארויפגעפאלן מיין פוס" וואס דאן וואלט קיינער נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט, ווערט די 'סענטענז' בארייכערט מיט פעלי עזר וואס גיבן צו פארשטיין.

4) שם אחיזה - וואס ווערט באנוצט אויסצודריקן א זאך וואס באלאנגט צו איינעם. צ.ב.ש: "מיין" זאך, מען טאר נישט אויסמעקן "יענעמ'ס" תגובה, א.א.וו.

5) געפיהל ווערטער - דאס איז וואס שרייבערס ניצן ווען זיי ווילן עפעס אויסדריקן ווי אזוי זיי האבן זיך געפיהלט.

אויף יעדע קאטגאריע קען מען שרייבן גאנצע כללים ווי אזוי מען באנוצט זיך דערמיט, אבער אין כאן מקומו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עטליכע כללים אין די אידישע שפראך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 11 12 לדף הבא סך הכל 12 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.