בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס טוט מען זונטאג?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/8/2005 08:02 לינק ישיר 
וואס טוט מען זונטאג?

ברשות די חשובע מנהלים שליט"א! וברשות די חשובע עולם אלע פארזאמעלטע! שרייבערס לייענערס. א געזונטן זומער פאר יעדעם. און א בקשה פאר'ן עולם מיך לאזן אויסרעדן געציילטע ווערטער... ששששששששששא

נו רבותי ! וואס טוט מען טאקע די לאנגע זומער זונטאגס אין שטאט?

אלע געשעפטן זענען פארמאכט. די ביהמ"ד איז כמעט ליידיג. נישטא מיט וועם צו טוישן א ווארט.

גראדע היינט נאך צוויי אזייגער האב איך שוין יא באקומען א צוויי דריי פאן קאלס פון מיינע ליבע פריינט אז זיי זענען שוין אפען וועג אהיים איינער אויפן פ.ד.ר. דער צווייטער נאך אויפן דזי. דאבליו. בי. דאס מיינט אז אין א האלבער שעה בערך וועט מען זיך טרעפן און גיין פארברענגן אביסל על התורה ועל העבודה ועל ...

אבער דארט
הייבט זיך אן א נייע פראבלעם. די אישתה האט דיסיידעט צו דרייען די בייעם אביסל... יענקי טו מיר א טובה... העלוי... יא דו ווייסט אז די באס קומט באלד אן? OK איים נאט גאנע בי עיבעל טו מעיק איט טודעי. זיי אזוי גיט און נעם עם אראפ. I"LL BE THERE SOON
כהאב נישט געקענט פויעלען ביי די חברה צו ווארטן אויף מיר.
און די גאנצע טאג
איז מיר געגאנגען אין ת___
רבותי וואס טוט מען דא? ווי קען מען אינדזויען דעם זונטיגדיגן טאג? מיט חברים? מיט משפחה? אין פארק? אינדערהיים? פארן אין קעמפ-קאנטרי? וויזיטען?

זייט מהנה דעם עולם נאך געבליבן אפאר זינטיגס. אייער עצה קען נאך מהנה זיין צענדליגע יונגעלייט (משפחות)
א דאנק פון פאראויס



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 08:05 לינק ישיר 

ס'וועט זיין א טישל אגאנצע וואך מ'בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 08:13 לינק ישיר 

כ'פארשטיי נישט. היינט האסטו דאך געהאט א יענקי געים?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/8/2005 09:30 לינק ישיר 


און וואס איז שלעכט מיט קומען קיין היימישע שטותים שולעכל??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 17:43 לינק ישיר 

א גיטעו רבי יענקעל. האסט שוין אמאל פרובירט זיך אריין זעצען אין שוהל אפאר שעה.
פאלג מיך, גיי און א שוהל וואס האט פיינע עיר קאנדישען, טוה אויס היט און רעקעל, מאך דיר א גרויסע קאווע. זעץ דיך אוועק איבער א עין יעקב אדער סיי וואס פארא לייכטע סוגיא. נישט דא קיין בעסער'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 21:23 לינק ישיר 

נאטורליך

אזא נאטורליכע עצה, א וואונדער עס איז מיר נישט בייגעפאלן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/8/2005 02:29 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א גרויסן שכוח פאר'ן חשובן עולם וואס האט זיך משתתף געווען.

צום סוף האב איך טאקע געלאנדעט אין ביהמ"ד. אזוי ווי נאטורליך האט גע'עצה'ט. די געשמאקסטע ווינקל צו פארברענגן א טאג איז טאקע דא אין די ד' אמות של ....ה בלבד מ'קען דא טרינקן ווי אין באר [..נאאא....] כ'מיין קרעטשמע [אה] מ'קען עסען ווי אין רעסטעראנט. און שוויצען ווי אין ספא. איך זאג ענק רבותי ס'איז ממש אלל אין וואן פלעיס. נאכן זיך אויסריען אויף א אפענע גמרא. ווי כ'האב איבער געלאזט אביסל שפייעכץ פאר תחיית המתים. בין איך געגאנגען זיך וואשן צום סענדוויטש וואס כ'האב אויפגעשריבן ביי מיר צו באצאלען. כ'האב געמוזט אזוי טוהן ווייל אויף בארג קען מען נישט נעמען. ביים סינק האב איך באמערקט איינעם ווארטן אינטער מיר. אזא צייט ווער איך געווענטליך זייער פרום און נעם זיך ווישן די פינגערס ארויף און אראף צווישן און אויבן און אפילו אינטען פון די פינגערס אלעס זאל זיין טריקן אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות.
אזוי ווישנדיג מערק איך א געפערליכע פראבלעם וואס האט זיך לעצטענס געמאכט. איינער האט זיך פארליבט אין די נייע ברייטע וועגעלעך וואס דרייען זיך לעצטענס אין די גאסן. ער האלט עס ממש נישט אויס. און טענה'ט גאר אז לכך נצרת. די קערעדש איז געמאכט לשם פריצות עם (און אפשר אנדערע) מכשיל צו זיין.
צניעות איז דאך נישט אוועקגעשטעלט אין הלכה נאר אין געפיל. פארשטייט זיך. אזוי ווי די עירוב און די צוויי שטיקלעך פאנדזעלוי. האט מען פארדעם גע'אסר'ט.
פרעג איך אייך. מיינע ליבע פריינט! שפירט איר אויך עפעס ווען איר גייט אדורעך אזא וועגעלע. אדער איז דאס א הוילע דמיון. און דער יוד האט מער א פראבלעם מיט דעם וואס שטיפט עס. נאר אזוי ווי ער קוקט דאך נישט זעט ער נאר די קערעדז?

רבותי זאגט אייער (געפילישע) מיינונג. און מכאן יצאת לכל העולם. אונזער דעת איז א דעת תורה און וויאזוי מ'איז מחליט דא אזוי וועט עס אי"ה זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 02:38 לינק ישיר 

יענקיס;

קודם כל, אויב איך מעג אייך בעטן: פרובירט שרייבן עטוואס איידעלער, וד"ל.

שנית, דער איד האט אונטערגעשרייכט די ווארט "דזשאגינג", און דאס איז זיין גאנצע מחאה, אויף דעם וואס פרויען גייען "דזשאגן".

יעצט קענט איר איבערליינען נאכאמאל די גאנצע צעטל, און עס וועט זיך גאר אנדערש ליינען.

יישר כח למפרע פארן פארבעסערן די אויסדרוקן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/8/2005 03:44 לינק ישיר 

אנטשולדיגט וועגן מיין שפראך אבער אז מ'רעדט פון צניעות דארף מען עס אביסל מסביר זיין. עם כל זה אז די וועסט מיר שרייבן אין אישי וואס איך זאל פארעכטען וועל איך אוודאי אזוי טוהן.

וועגען דעם יונגערמאן האסטו שיין דן לכף זכות געווען אבער ס'איז נישט מסתבר צו פארפירן קעגן א חפצה צוליב איר נאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 04:08 לינק ישיר 

אגוטן מיסטער יענקי איך האב געוואלט דיך מעורר זיין אז ביי אונז רעדט מען נאר פון היימישע שטותים, און מען מישט נישט אריין קיין זאכן וואס האבן שייכות מיט עניני יהדות און חוזק מאכן דערפון נישט צניעות און נישט אנדערע זאכן וד"ל, אזוי האט אונז געלערנט דער אלטער רבי הוטקע און אזוי איז ממשיך דרכו רעב קרעמער זאל זיין געזונט און פריש, ממילא וואלט געווען זייער שיין אויב דו קענסט דיך האלטן צו דעם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/8/2005 07:38 לינק ישיר 


אוי בן הרחמן !...

ווען אימער איינער דערמאנט רעב הוטקע זכור לטוב באקום איך כמעט שלשול, מיין חוש הראי' ווערט שטארק געשטערט פון די פייכטקייט וואס זאמעלט זיך אין די אויגן, א שווארצע וואלקן ווערט אויסגעשפרייט העכער מיין קאפ און די לעכט פארלעשן זיך ווי פון זיך אליין.... מיין קאפ פאלט רוקווערטס.... און קוקט אויף ארויף.... ערלויבנדיג פאר די שנירלעך זיך אראפצוגליטשן גלייך אין די אויערן.... מיינע אויגן געבן א לאנגן בלינקע..... אוי... הוטקע הוטקע..... אוי! הוטקע.... הוטקע..... הוטקע..... מתי יגיעו מעשי למעשי הוטקע..... מי ימלא החסרון..... חבל על דאבדין ולא משתכחין..... אזוי יונג נעבעך .....
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב א שוואכקייט צו דעם רעב הוטקע, איך בין זייער סענסיטיוו.....

איך קען נישט מער שרייבן וועגן דעם זשאגינג קעריזש, איך קען שוין ממש נישט זעהן מער . אוי! הוטקע....!







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 18:20 לינק ישיר 

צוויי שטיקלעך פאנדזעלוי

Can some one please explain what this is, i never saw
it of heard about it except here

if it is banned maybe i will suggest for my rebetzin to buy it, you know mayim genivim yimtuki







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:29 לינק ישיר 

bechusid

גלייב מיר איך ווייס אויך נישט וואס דאס איז. מיר וועלן מסתמא מוזן בלייבן נייגעריג, ווייל דער איסור האט אויפגעטאן זיינס: עס איז נאכנישט פאבריצירט געווארן די סארט פאנדיעלא...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/8/2005 18:59 לינק ישיר 

recieved in teiva ishis, what is a two piece duster:

Its a new fashion trend where women wear two seperate pieces, a skirt and a top, instead one piece

This trend is making its way into the chassidishe oilem very slowly. The very chassidishe robe shops dont even carry them yet. You would prob be able to pick one up in every monsey or bp robe shop though. I guess what pple have a hard time exepting aobut them is that its more american, less traditional. Also most of them are desigend in more like sporty-friendly styles and less formal or polished like how the chassidishe crowd dresses





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס טוט מען זונטאג?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext