קרעמער, איך בין נישט קײן אינשורענס אנגענט אין איך בין נישט אזױ באקאנט אין די זאכן, איך האב פשוט לעצטנס געמאכט אביסל ריסערטש פאר איך האב געקױפט א פאלעסי אין ס׳איז מיר א כבוד דאס צו קענן מיט טײלן מיטן חשובן ציבור דא אינם קרעשמע.
טערם אינשורנס װערט אױך גערופן ״ברױט געבער אינשורנס״ אין טאקע דאס איז עס.
דאס ביליגסטע איז צו קױפן א 1יער טערם אבער א 1יער טערם פאליסי האט נישט קײן פשט. דער פרײז העכערט זיך וואס עלטער מען איז אין אױף װי לאנג דער פרײז איז גאראנטירט. מען דארף זעהן צו זײן געקאװערט ביז אלע קינדער האבן שױן חתונה געהאט.
דאס בעסטע איז אנצופרעגן בײ עטליכע לײף אישורנס סעילסלײט אין נישט כאפן הײסע לאקשן נאר פאװאליע זיך פונקטלעך נאכפרעגן אין האבן א קלארקײט אינעם ענין אײדער מען קאטשעט ארױף די ארבל פארן בלאד טעסט.
זאל דער אױבישטער אונז אלע שענקן אריכת ימים ושנים אין א לעכטיגן תמיד.
לחײם לחײם לחײם...
תוקן על ידי - yingatchbp - 21/09/2005 2:21:14
|
|