בית פורומים היימישע קרעטשמע

מעשה שהיה: ווער איז גערעכט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2005 06:58 לינק ישיר 


איז אזוי

ממדת הצניעות איז די פרוי נישט גערעכט אזוי ווי איינער דא האט עס שוין בארירט.

אין חכמה לאשה אפילו אין א פאל וויזי איז גערעכט, אזויווי די מאמע פון רש"ל וואס האט יו"ט געמאכט די ברכה פארן צינדן.

מעיקר הדין דמפני שיבה תקום, צי איז חל א חיוב קימה לאישה, לזכרוני איז דא פוסקים וואס האלטן אז נאר א אשת חבר הרי היא כחבר און אויך נאר בחיים של החבר, אבער סתם א פרוי איז נישטא קיין שום חיוב. נאכמער דער ארי הק' האלט אז אפילו א אשת חבר דארף מען אויף נישט זיך אויפשטעלן. איז ווייטער אין חכמה לאישה מיט איר קלוגן תירוץ פון מפני שיבה תקום....

ממדת הנימוס דארף מען זיך יא אויפשטעלן אפילו פאר א גוי וגוי' אזויווי קרעמער פירט זיך צו טון. אלס דרך ארץ און קידוש השם, און טאקע וואלט עס געפאסט פאר בחורים בני תורה.


להלכה ולא למעשה
fix me if i'm wrong



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 13:35 לינק ישיר 

גוט מארגן געשמאקער, שלום עליכם (אוי, פארן דאווענען, נע... אקעי, ווען מ'טרעפט זיך מעג מען, נאר משכים לפתחו איז אסור).

1. די פרוי וואס האט מחדש געווען אז יו"ט מאכט מען די ברכה איידער מען צינדט ליכט, איז געווען די מאמע פונעם דרישה און נישט פונעם מהרש"ל (עי' מג"א סי' רס"ג).

2. ביסט גערעכט אז מפני שיבה תקום והדרת פני זקן גייט נישט אן ביי קיין פרוי (הגם איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט, אבער אזוי איז משמע אין שו"ע יו"ד סי' רמ"ד, שדנו אם שייך באשת חבר בכלל, עי' פתחי תשובה סק"א ועי' ברכי יוסף שכתב שהאריה"ק כתב "דאין חיוב לעמוד לפני אשת ת"ח וגם לא לעשות לה הדור" ע"ש).

אבער - לעניית דעתי - קען מען מחלק זיין צווישן זיך געבן א שטעל אויף פונעם פלאץ אויף א סעקונדע לקיים מצות הידור, און איבערגעבן א פלאץ פאר א עלטערע פרוי אז זי זאל נישט ברויכן שטיין די גאנצע וועג. קימה והידור איז מען אפשר נישט מחויב, אבער קיין חיה רעה טאר מען נישט זיין, און ווען מען זעהט א עלטערע פרוי (ועי' ברכי יוסף שם אז פון זעכציג און העכער הייסט שוין אלט לגבי דעם) איז נישט מער ווי מענטשליכקייט (עס איז פון די מצות וואס אפילו ווען מיר וואלטן דאס נישט באפוילן געווארן וואלט מען דאס אליינס געברויכט פארשטיין, פונקט ווי להבדיל דער גוי האט באזונדערע זיצן אויפן סאבוועי און באס וואס איז געווידמעט פאר עלטערע לייט) איבערצוגעבן דאס פלאץ אז יענע זאל קענען אויסרוען אירע אפגעמאטערטע פיסעלעך.

לא להלכה ולא למעשה, קארעקט מי איף איים ווראנג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 17:58 לינק ישיר 


קרעמער אין מציאות ביסטטע גערעכט מיט דיין תגובה אז מען דארף זיך אויפשטעלן

אבער למעשה האט די יעניגע פרוי נישט די חיוב אין די רעכט אויסצילערנען פאר צוויי בחורים מענטשליכקייט אין הלכה

מילא אויב די בחורים פארשטייען עס אלייענס איז גיט אויב נישט האט די פרוי נישט געהאט די רעכט עס צי זאגען,שוין אויבן מסביר געווען פארוואס

B T W איך שטעל מיר פאר אז די מעשה איז נאך נישט פארגעקימען האסט נאר געפענט די אשכול ס'זאל זיין אביסל לעבעדיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 18:13 לינק ישיר 

אלע פינעף (חושים?) אין איינס (אדער אפשר גאר אלע פינעף פינגער אין איינס, אזוי ווי אלע מענטשן האבן געהאט איידער נח איז געבוירן, נח איז געווען דער ערשטער מיט אפגעטיילטע פינגער!).

די מעשה איז פארגעקומען זונטאג פרשת עקב תשס"ה אום 5:30!

איך בין נישט קיין מעשה פאבריצירער, און איך מאנגל נישט ב"ה אין קיין סחורה מיט וואס צו מאכן 'לעבעדיג' (וויאזוי דו רופסט עס אן) אויפן פורום.

ג-ט צו דאנקן, דער פורום איז איטליכן טאג לעבעדיג, פריש און מונטער ווי קיינמאל פריער! יישר כח פאר אלע חשוב'ע ליינער און שרייבער וואס העלפן צו דערצו!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 18:41 לינק ישיר 

גערעכט קרעמער!
KEEP IT UP
וויאזוי איז די מצב הבריאות היינט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 18:54 לינק ישיר 

ברוך השם!!! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!

יישר כח פארן פרעגן, אבער עס איז ב"ה אסאך אסאך בעסער, קוק... איך קען ארבעטן... מאנטאג האב איך געשפירט ווי די אסטראנאטן אין ספעיס "אן" די ספעציעלע מלבושים זייערע... אזא פרעשור געהאט ל"ע, ממש נישט געקענט עפענען די אויגן! (כ'האב געציטערט אז עס איז חלילה אן אניוריזם אויב איר ווייסט וואס דאס מיינט).

יעצט זיץ איך אויף פארשידענע טאבלעטן, קליינע און גרויסע, רינדיגע און לענגלעכיגע, מיט שאלעכץ און אנע שאלעכץ, שפריצעכצער און נאך (בלי שום גוזמא!), און בעזרת הרופא חולים ווערט מיר בעסער און בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 19:34 לינק ישיר 

בן הרחמן,
כ'בין נישט קיין פוסק און הייב אונטער ס'היטל פאר "געשמאקער". מיין דעת בעל הבית זאגט אבער אז די פרוי איז נישט גערעכט.

all5in1,
איך בין פולקאם מיט דיר מסכים. הגם אויב וויל מען מלמד זכות זיין, קען מען זאגן אז די פרוי איז פרום פאר זיך; האט געזען אז די צוויי פרויען האבן נישט קיין כוח און שעמען זיך צו בעטן; האט זיך נישט אויפגעשטעלט ווייל אין דעם פאל וואלט פריי געווארן בלויז איין זיץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 19:49 לינק ישיר 

אלס צניעות אויס איז נישט אויסגעהאלטן פרויען צו שטיין אויף א באס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 19:50 לינק ישיר 

אין די בעק פון די באס אויך נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2005 00:20 לינק ישיר 

ווי הרב קרעמער האט דערמאנט אויפן שפיץ מעסער, וועל איך מרחיב זיין. דער חיוב פון קימה והידור איז בפשטות נישט אויף אוועקצוגעבן דעם אייגענעם פלאץ, עס מיינט נאר די ענין פון כיבוד, זיך אויפשטעלן, און צוריק אראפזעצן ווען מ'מעג (די הלכות פון צוריקזעצן זענען פארשידנארטיג, ביי א טאטן, רבי, אדער סתם א זקן).
אבער א חיוב איבערצוגעבן א פלאץ איז לכאורה נישט דא.
מהלכות מענטשליכקייט פארלאנגט זיך אבסאלוט זיך אויפצושטעלן איבערגעבן דעם פלאץ פאר אן אלטן מאן אדער פרוי.
עס איז א שטיקל קושיא פארוואס די דערמאנטע פרוי האט נישט געטראפן צווישן אלע פרויען קיינעם וועם צו בעטן איבערצוגעבן א פלאץ, זי האט געמוזט גיין זוכן צווישו די מענער. אפשר איז עס טאקע געווען א באס מיט נאר אלטיטשקע פרויען... מי יודע.
דער ענין פון אויפשטעלן "יענעם" דארף שוין באקומען אן ערנסטן אפהאנדלונג. צומאל גייט עס אריין אין גדר פון עגאאיסטיש נאריש און אמאל שלעכט.
פון איין זייט קענען זיצן אינגע אינגעלייט אדער בחורים, און זיך מאכן נישט זעענדיג ווען א זקן קומט ארויף אויפן באס, אמאל לייגט מען זיך אראפ דעם קאפ, אדער ווערט מען פלוצלינג פארגלייזט אין דעם פענסטער. ביז עפעס א חצי זקן פון פופציג יאר איז זיך מרחם און גיט איבער זיין פלאץ פארן זקן.
פון די אנדערע זייט זעט מען אמאל די 'וואוילע' אידן און אידענעס, וואס טרעפן תיכף וועמען אויפצושטעלן און הייסן "יענעם" איבערגעבן די פלאץ פארן זקן וזקנה. ווען דער אויפגעשטעלטער איז צומאל פיל שוואכער ווי דעם עלטערן איד.
איך האב אמאל ביי-געוואוינט אן עובדא ווי א "פיינער איד" האט געווינקן פאר א זיבן-אכט יעריג אינגעלע איבערצוגעבן זיין פלאץ פאר א איד פון מן הסתם 60 יאר לכל היותר. דער אינגל איז נעבעך געפלויגן פון איין זייט צום צווייטן, די קניען האבן אים געוואקלט, ער האט זיך פרובירט צודרוקן צום אייזערנעם זייל אין באס, און ער איז עטליכע מאל שיעור אומגעפאלן. איך האב עס נישט געקענט צוקוקן, איך בין געזעסן כמעט ביי די בעק פון מענער אפטיילונג, איך האב מיך אויפגעשטעלט און איבערגעגעבו מיין פלאץ פארן אפגעמוטשעטען אינגל.

מ'דארף זיין ארענטליך, מ'דארף זיין א מענטש, אבער מיט אביסל הארץ און מיט אסאך "דעת"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2005 02:01 לינק ישיר 

בן מלך; שלום עליכם און



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2005 02:36 לינק ישיר 

דער פרינץ אליין איז דא, נא דיר פוןן מיר אויכעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 02:39 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך זעה יעדער גיט די פינגער ארויף האט איר נאך איינעם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מעשה שהיה: ווער איז גערעכט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.