דער ארענדער, דער ראש הקהל, דער סעקרעטאר און דער דיין געפונען זיך דא אויף איינמאל!!!
נשלח ב-24/8/2005 02:18
דזשינקס; דו האסט מיך אויסגעכאפט איך האב יעצט געוואלט שרייבן אז עס קומט יעצט פאר א וויכטיגע זיצונג פונעם ארענדאר מיטן ראש הקהל און דער סעקרעטאר מיטן דיין
נשלח ב-24/8/2005 02:19
דאס איז נאך גארנישט.... דע בעסט פארט איס אז די וואס דארפן 'נישט' דא זיין זענען נישט דא.....
יענטאאש, בן הרחמן, פרעג איך אייך: אויף דעם האט אויסגעפעלט היידפארק? אז איך זאל זיך קענען שרייבן מיט אייך? איך קען דאך אייך אפרופן אויפן טעלעפאן און פטור אן עסק...
דער תירוץ איז: עבדים היינו!
עה, דער תירוץ איז, אז לולא היידפארק, ווען נישט היימישע שטותים וואלט איך נישט געהאט די זכיה צו קענען אזעלכע חשוב'ע געשמאקע און בא'טעמ'טע אידן ווי אייך אלע!!! (דא רעד איך שוין צו יעדן פון אייך, נישט נאר די פארזאמעלטע דא אין קהל'ס אפיס).
אוי וויי, יעצט זעה איך אז דער דיין איז יא בתוכינו...
אפשר וועט ער גאר זיין באליידיגט אז מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט 'נישט' אזויפיל שאלות ווי ער וויל מען זאל מיינען...
נשלח ב-24/8/2005 02:22
דער דיין האט שוין געענדיגט פוקד עקרות זיין ער זיצט שוין צוריק אין בית הוראה ביים זייט פון קהל'ס אפיס
נשלח ב-24/8/2005 02:24
איר ווייסט וואס די גמרא זאגט ווען אלע אבות קומען זיך צונאזאם קענען זיי ברענגען די גאולה, אפשר קעמיר אונז אויך עפעס אויפטוהן צוזאמען? ווער ווייסט?
נשלח ב-24/8/2005 02:24
ס'גארנישט זייט נישט אזוי באזארגט כ'אזעך פארטראכט אין די בני אפרים וואס זענען צוריק געווארן לעבעדיג
נשלח ב-24/8/2005 02:30
שוין ווייטער רמזים... דער דיין איז גוט גע'לוינט' (איך ווייס נישט וועלכע שפראך דאס איז... אבער איך האף אז איר כאפט וואס איך מיין).
רבינו פרש דבריך.
נשלח ב-24/8/2005 02:35
אפשר ביזט טאקע אזא נער אז דו פארשטייסט נישט קיין וואונק
אבער א תלמוד חכם ביסטו דאך יא (עכ"פ אזוי האב איך געמיינט).
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
די בני אפרים זענען געווען די ערשטע, און מ'איז דן אין זיי להלכה איבער אסאך זאכן, און אזוי ווי די היסטאריע האט זיך איבערגעשפילט האב איך מעיין געווען אין די הלאכעס, צי וויסן אייס אשער לפאנייני
נשלח ב-24/8/2005 02:39
האסט אפשר פארזעהן דעם בן הצרפתית וואס אליהו האט מחיה געווען?
נשלח ב-24/8/2005 02:41
יא אבער נישט נאך אזויפיל צייט אפשניט פון יארן
און אין די הלכה איז מען נאר דן אויף די בני אפרים, סאו כאדעך געמוזט ווייסן וואס כ'א ציטון דא