בית פורומים היימישע קרעטשמע

היסטאריע אין היימישע שטותים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2005 02:41 לינק ישיר 

ר' זרח במחילת כבודך הזורחת, מיין איך אז מען טרעפט נאך עטליכע מאהל צווישן די בני אפרים און הוטקע וואס זענען צוריק לעבעדיג געווארן, איינס וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט איז פון אלישע וואס האט לעבעדיג געמאכט דאס קינד



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:42 לינק ישיר 

הוטקע ע"ה איז געווען נענטער אין צייט אפשניט צום בן הצרפתית ווי די בני אפרים ...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:43 לינק ישיר 

אוי מיין דערבארעמדיגער קרעמער האט שוין דאס געפרעגט און איך האב שוין געענטפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 02:44 לינק ישיר 

כ'מיין עה... עה... פיר וואכן איז נישט גענוג

און וואס טוטסעך וועגן מיין צווייטער טערעץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 02:45 לינק ישיר 

כ'מיין אז אלישע האט למעשה נישט מחיה געווען דאס קינד, בין איך נישט גערעכט? דער מנובל גיחזי (שאחזה בהוד יפיה, ברכות י' ע"ב) האט דארט געשטערט די זאך, HE SCREWED UP



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:48 לינק ישיר 

וועגן דיין צווייטע תירוץ, כ'ווייס נישט אין וועלכן ספר איר קוקט געווענליך נאך, אבער אין חכם צבי רעדט ער ארום פון דעם בן הצרפתית (איך האב דיר שוין פון לאנג געזאגט - זרח'ל - אז איך בין זייער שוואך אין מראה מקומות, על כן קום מיר נישט זאגען: לא מיניה ולא מקצתיה, לא דובים ולא יער, דער חכם צבי רעדט כלל נישט דערפון... מיין שוואכע זכרון זאגט אז יא).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:51 לינק ישיר 

דער חכם צבי לויט ווי איך געדענק רעדט פון א מענטש וואס מען האט באשפאו מיט ספר יצירה, (קען זיין ער רעדט אויך פון תחיית המתים'דיגע מענטשן אבער איך געדענק נישט) איך האב שוין אמאל דורכגעקוקט יענע תשובה,



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:57 לינק ישיר 

דער ראש הקהל איז ארויסגעלאפן אינמיטן די מיטינג, זעהט אויס אז ער איז געבליבן הונגעריג היינט נאכן אויסשפייען א האלבן סענדוויטש ביי פרישטאג ליינענדיג דעם טאגבוך פון אונזער פראקאטאלירער נאטורליך, ממילא האט ער דרינגענד געדארפט גיין עסן נאכטמאהל, מיר וואונטשן איהם א גוטן אפעטיט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 03:35 לינק ישיר 

סארי, באט אלישע האט לעבעדיג געמאכט דאס קינד. אזוי שטייט אין פסוק בפי'

***
די תשו' חכם צבי רעדט בנוגע מצרף זיין צי מנין א אדם הנוצר ע"י ספר יצירה, און דער באר היטיב ברענגט עס אראפ אין או"ח הל' תפלה סי' נה סוסעי"ק ב'.

אבער מיר רעדן דאך פון א תחיית המתים מענטש...
וואס אין דעם זענען טאקע די פוסקים אויך דן, הן ביי די בן הצרפתית און הן ביי אלישע, לגבי עניני אהע"ז.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 24/08/2005 3:39:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 06:36 לינק ישיר 


אוי א שאד הוטקע לעבט שוין נישט.... איי ער לעבט דאך שוין צוריק יא...


א בפירושע גמ' מגילה ז: קם רבה שחטי' לר' זירא למחר בעי רחמי עלי' ! נו א ריכטיגע תחיית המתים.

אוי אוי הוי הוי הוטקע הוטקע'לע זיסער קיינער קען דיך נישט ערפילן קיינער אפילו קרעמער... ניין קיינער....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 13:16 לינק ישיר 

גוט מארגן ברידערלעך.

שוין געזאגט ברכת התורה, יעצט קען מען זיך צוריקזעצן לערנען.

1. איך האב זיך טאקע טועה געווען, אלישע האט יא מחיה מתים געווען דאס קינד, הגם גיחזי האט עס פארדארבן פון אנהייב. אזוי שטייט אין מלכים ב' קאפיטל ד'.

2. דער דיין האט אפשר פארזעהן א גמרא אין נדה (אפשר האלט ער נאכנישט דארט) ע' ע"ב "בן השונמית מהו שיטמא", זעהן מיר אז מען איז יא דן אויפן בן השונמית.

דער רש"ש אויפן פלאץ פרעגט דארט: הלמאי, פארוואס פרעגט נישט די גמרא לגבי בן הצרפתית וועלכער איז געווען פריער, וואס אליהו האט מחיה געווען. און ער ענטפערט לויטן רד"ק וואס שרייבט אז דער בן הצרפתית איז גאר קיינמאל געווען טויט! (איך האב נישט געזען יעצט דעם רד"ק אינעווייניג, אבער דער רש"ש ברענגט אים צו).

3. דאס וואס געשמאקער שרייבט פון רבי זירא, אז רבה האט אים גע'שחט'ן אום פורים און צוריק לעבעדיג געמאכט. דער מהרש"א אויפן פלאץ שרייבט אז ער האט אים נאר שטארק קראנק געמאכט (מיטן אנטרינקן אים אסאך וויין) אבער נישט גע'הרג'ט ממש. און דער יעב"ץ שרייבט אז די גאנצע זאך איז נאר געווען אן אויג-פארבלענדעניש, אחיזת עינים ווי עס רופט זיך, רבי זירא איז אבער פאר'חלש'ט געווארן דורכדעם און רבה האט אים דערמינטערט (זעה אויך אין בן יהוידע אז ער איז פשוט אויסגעגאנגען דורך דביקות, ע"י לימוד התורה שלמדו בצוותא חדא, ע"ש).

4. מענין לענין, זענען די פוסקים דן אויף אשת אליהו הנביא, נאכדעם וואס ער איז ארויף אין הימל, אויב זי מעג חתונה האבן. דער תרומת הדשן שרייבט אז נאר אן אשת איש איז אסור, אבער אן אשת מלאך איז מותר (וראיתי קושיא, דהלא גם מלאך נקרא איש, דכתיב וימצאהו האיש וצ"ע).

נו, קדיש דרבנן....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 21:24 לינק ישיר 

א גטון מר. קרעמער;
וואס מאכט מען עפעס גוטס?
ב"ה.
הער, איך קען דיר נישט יעצט ענטפערן אזוי באריכות דא אין קהל'ס אפיס, ווייסטעך, ס'ווארט מעך אפ דארט אין בעס-עראעה א ליין פיל מיט מענטשן, כעדער נאר ענטפערן בעקיצער.

קוידעם א דאייען לערנט ש"ס פון אויבן אראפ... ווייל ער האט מער שאלעס אין די לעצטע מעסעכטע ווי אין די ערשטע... סאו זאג נישט איך האלט נאך נישט דארט.

און צום ענין איז אזוי:
פון די אלע וועלכע זענען צוריק לעבעדיג געווארן, בן הצרפתית, בן השונמית, ר' זירא און נאך, זענען די פוסקים אין דערין אין עטליכע פלעצער. (טייל פוסקים זענען אויך דן אין די זעלבע נושאים לגבי די אידן נאך מתן תורה, וואס ס'איז געווען פרחה נשמתן, און אויך לגבי אחר תחיית המתים אויף מיר האפן בקרוב).
זיי זענען דאס דן לגבי טומאה וטהרה (שם בנדה). לגבי הל' אישות אין אהע"ז סי' י"ז.

דער ברכי יוסף (להחיד"א), דארט אין אהע"ז סי' י"ז ס"ק א' פרעגט וז"ל: ויש להסתפק, אשת ר' זירא כי נשחט בעלה ומת, ודאי פקעו קדושיה והותרה לשוק, וכי חיה למחר הי' צריך לקדש לאשתו קידושין חדשים וכו' דפנים חדשות באו לכאן וכו', או דלמא הא דאשה קונה עצמה במיתת הבעל היינו דוקא כאשר מת ונשאר מת, אך כשלא נקבר וחי' ע"י נביא, אלגאי מילתא דאותה מיתה לא היתה מיתה כמות כל האדם, ולא פקאה קדושי קמאי. עיי"ש באריכות.
וע"ע בספר כנסת הגדולה שם אה"ע סי' י"ז בהגה"ט אות ב' שכתב וז"ל: וסבור אני דאם מתה אשה תחת בעלה מיתה ודאית ושוב חיתה ע"י נביא כמו אליהו לבן הצרפתית ואלישע לבן השונמית, דלא פקעה זיקת הבעל מעליה ואינה יכולה להינשא לאחר.
אויך איז דא חתם סופר אין בבא בתרא (לח ב) וואס רעדט לגבי דיני ירושה זאגט ער: שהבן שהחי' אלישע איננו שוב בנו ליורשו, כי פנים חדשות באו לכאן.

עכ"פ מ'קען אסאך מאריך זיין דערין, ואכמ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 22:29 לינק ישיר 

דיך דערמאנט נאך א תחיית המתים: רב כהנא (ב"ק קי"ז ע"ב).

איך פרוביר זיך יעצט דערמאנען עפעס א תוס' אין ב"מ מיט א שיטה מקובצת, אויך בנוגע דעם. אוי די זכרון...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 23:06 לינק ישיר 

אטו כי רוכלי' ליזל וליחשב?
ס'דא נאך אסאך אין בבלי, ירושלמי, מדרשים.

בנוגע דיין זכרון פראבלעם, האב איך דיר שוין געגעבן אנייצע אנפאנג וואך אינעם אשכול פון 'זכרונות'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 00:36 לינק ישיר 

איך שרייב יעצט בשליחות פון קרעמער וועלכער געפונט זיך יעצט און אוצר הספרים האט ער מיך אנגעריפן מיט איין שמחה אז ער האט געטראפן דעם תוס'

און בבא מציעא דף קי"ד עמוד ב' עיין שם און אין שיטה מקובצת דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > היסטאריע אין היימישע שטותים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.