מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פאר כל הקהל הקודש אז מיר האבן אויפגענומען אלס דיין ביי אונז אין די קהילה הרב הגאון
רבי זרח פעפער שליט"א
יורה יורה ידין ידין
לכבודו האבן מיר צוגעבויט א זייטיגע שטובל וואס וועט דינען אלס "בית הוראה" פאר די פולצאליגע מעמבער'ס וואס ווילן זיך שואל זיין בדבר ה' זו הלכה.
דער דיין שליט"א וועט זיצן דארט אין די געווענליכע שטונדען, און איר וועט קענען נהנה זיין ממנו עצה ותושיה!
הנהלת הקהילה
נ.ב. פארשטייט זיך אז 'עכטע' שאלות וועט איר ווייטער מוזען פרעגן אייער לאקאלן דיין, ווייל אונזער דיין האט הוראה נאר פון אונזער ראש הקהל אליין, וועלכער האט באקומען סמיכה פונעם כהן גדול בעצם יום הכפורים וד"ל.
נשלח ב-24/8/2005 17:10
יענטאאש אפשר גייסטו קויפן דעם פלארעסענט פארן דיין, קרעמער האט זיך אנגעלייגט אויף מיר און איך בין הינט זייער פארנומען, סאו טוה מיר א געמילעס כעסעד און כאפ דיך אריבער קויפן דעם פלארעסענט, א לופּ וועל איך שוין ברענגען, איך האב איבריגע נאך פון די צייטן ווען איך האב גענומען שימוש (נאר עס איז נעבעך ליידער גארנישט געווארן פון מיר נאר סתם א סעקרעטאר)
נשלח ב-24/8/2005 17:18
ווען דו ברענגסט דעם פלארעסענט מאך זיכער עס איז daylight bulb און נישט די cool white .
נשלח ב-24/8/2005 17:22
איר פארדרייט דעם נושא. דער ציהל פונעם אשכול איז אנצופרעגן שאלות ביים חשוב'ן דיין שליט"א.
ערשטע שאלה:
למשל איך האב אויף מיין הארד דרייוו עטליכע בר מצוה פשט'לעך און איינער רופט מיר אן "גמליאל, געב מיר א בר מצוה פשט'יל", מעג איך?
בן הרחמן;
מ'זעט טאקע דו ביסט א 'בערא קארע דעאווי-יע', ביסט א דערבארעמדיגער, האסט זיך געזארגט, און די זארגסט זיך נאך אלס, פארן דאיען.
נאדער לעקאוועד דעם א מתנה פון דאיען
גישמאקער;
שערקויעכ. כ'על דעך אויך אינזין האבן מיט א מתנה
מענטשלע;
דער אומפאַרנומענער האָט שוין פאַרענטפערט דיין קאַשע...
שפעטער עמער מאמשעכ זיין...
נשלח ב-25/8/2005 00:30
אזוי ח'זעה אז דער כאָשיווער דאיען איז פארנומען מיט אסאך פלארעסענט שאלות און פלאגט זיך ארום מיטן לוּפּ'ל און ער האט נישט קיין צייט צו ענטפערן פארן ארענדער די פשוטע חושן משפט שאלות, וועל איך פרובירן צו ענטפערן לויט ווי איך געדענק נאך אביסל פון מיין שימוש,
א"כ מע"כ הרב קרעמער שליט"א
אחדשה"ט בנוגע השאלה ששאלת אודות הבר מצוה פשעטיל אם מותר לך ליתן לאחד הפשעטויל שטייפּתָּ לאחד מכבר, ואם מותר לך ליקח ממון על זה עוד הפעם עכשיו (איך האב געוואלט ווייזען איך געדענק נאך אביסעל לאשען קוידעש)
לא-אניעס דאַאַטי איז די תשובה אזוי: אויב איז די פשעטיל יענעם פריעריגנ'ס אייגענעם חידוש וואס ער האט מחדש געווען אדער צוזאמען געשטעלט, דארפסטו איהם לכאורה פרעגן רשות צו ער לאזט דיך נוצען זיין חידוש.