בית פורומים היימישע קרעטשמע

ש"ס: וועלכע דרוק האט איר דאס בעסטע ליב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2005 14:11 לינק ישיר 
ש"ס: וועלכע דרוק האט איר דאס בעסטע ליב

אזוי ווי מיר פארמאגן היינט ב"ה א באנדע תלמידי חכמים (אדער וואס וואלטן געוואלט זיין תלמידי חכמים) אלס מעמבער'ס ביי אונז אין די קהילה. וואלט איך געוואלט פרעגן ביי אייך:

וועלכע דרוק ש"ס האט איר דאס מערסטע ליב?

==
איך: פלעג זיין צוגעבינדן צו דפוס "וואגשאל".

1. צוליב די מוסף רש"י (וואס איז א וואונדערבארע זאך, מען קען זיך שפארן געוואלד אסאך צייט פון נאכקוקען אין זיבן מסכתות, און בכלל קען מען כאפן דעם פשט אין די גמרא אסאך שנעלער און לייכטער ווען מען זעט וואס רש"י שרייבט דערויף ערגעץ אנדערש [טיילמאל ברענגן זיי רש"י'ס וואס דער מסורת הש"ס צייכנט נישט אן אפילו אז מען רעדט דארט פון דעם ענין]).

2. צוליב די הגהות וחידושים (זיי זענען געווען די ערשטע צוזאמצונעמען אלע הגהות וחידושים וואס זענען געווען אריינגעדרוקט אין די סוף פון די ווילנא ש"ס [בתוספת נאך אנדערע מפרשים ווי מהרש"ם און עיני שמואל אויף אגדות הש"ס און נאך] און עס מסדר זיין לויטן עמוד און לויט די גמרא רש"י תוס', עס איז אזא צייט שפארער און מח קלארער אז עס לאזט זיך גארנישט זאגען).

3. די איבערגעדרוקטע רש"י אותיות זייערע זענען ממש צו מיין געשמאק! (איך קוק אריין אין די אנדערע דרוקן און איך קען נישט געהעריג ליינען די רש"י אותיות, איך געדענק נישט די נעמען פון די דפוסים, אבער טייל נעמען מיר ארויס די אויגן פון קאפ מיט זייערע נארישע אותיות וואס זיי נוצען פאר רש"י).

לעצטנס האב איך זיך אויך (אביסל) פארליבט אין די "מהדורת ארץ ישראל" פון א. בלום (דאכט זיך אז ער איז לעצטנס געגאנגען באנקראט).

1. הגם ער איז מלא טעותים (איך האב שוין צוגעצייכענט ביי מיר אין גמרא צענדליגער אויב נישט הונדערטער טעותי הדפוס, אין די "גמרא" "רש"י" "תוס'" און בעיקר ביי זייער אייגענע ציונים פון אונטען, א פחד א שרעק).

2. די פאר שורות פון אונטען ביים גליון וואס צייכענען צו יעדן מהרש"א אדער רש"ש אדער אנדערע מפרש (וואס זיי האבן געזען פאר וויכטיג אנצוצייכענען) איז א געוואלדיגע צייט שפארער! עס שפארט מיר איין פון זוכען אין הגהות וחידושים אפילו. איך קען אויף די רגע זעהן אויב נאך איינער האט זיך געמוטשעט צו פארשטיין פשט אין די אומפארשטענדליכע (לעניית דעתי) ווערטער פון רש"י.

3. די אותיות זענען אויך גאנץ פיין, עס האט טאקע גענומען ביז איך האב זיך צוגעוואוינט דערצו, אבער לעת עתה איז דאס ביי מיר זייער געשמאק צום ליינען.

אט לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגען אין די נושא.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 16:47 לינק ישיר 

לענ"ד איז דער ארט-סקרול ש"ס דאס בעסטע. זיי פארשטימען די וואס האבען געהאט א תירוץ זיך נישט צו פלאגען אויף א עמוד גמרא.
איך האב נעכטען געקויפט די נייע שבת ד', א מחיה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 17:15 לינק ישיר 


וואס מיינט פארשטימען?

מיין פעוואאריט ש"ס איז וואגשאלס סיי צוליב די מוסף רש"י און סיי די הגהות.


חן חן להם

די איינציגע חסרון עס איז אביסל קליין, די אותיות . אן איך גלייך גרעסערע אותיות ווייל די אויגן שטרענגען זיך אן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2005 17:25 לינק ישיר 

איך פלעג אייביג פרעפפערן מאורות (עס איז דא צוויי סארטן, איינס וואס די די איבערגעזעצטע רש"י איז פאריקט די שורות פון די ארגינעלע צורת הדף די האב איך נישט ליב ווייל נאכדעם ווען איך וויל עפעס נאכקוקען אין א אנדערע סארט גמרא מאכט עס מיך נערוועז ווייל איך טרעף עס נישט לויטן זכרון פונעם צורת הדף, נאר די אנדערע מאורות האב איך ליב) צוליב זייערע הגהות און הערות וואס זיי האבן צוגעלייגט אסאכמאהל מיט אינטערעסאנטע מראה מקומות,

לעצטענס זייט עס האט אנגעהויבן ארויסצוקומען די עוז והדר גמרא'ס פרוביר איך צו נעמען פון די גמרא'ס אויב עס איז נאך דא אין שאנק, עס האט דעם גוטן צורת הדף, שיין און קלאר, די אלע מפרשים מיט קליינע אותיות למשל רבינו חננאל און ביי אלע מסכתות וואסערע מפורש עס איז אויפן דף פון אונטען איז זייער קלאר און בא'טעמ'ט צו לערנען, איסערגעזעצט מהרש"א און אלע מפרשים, און אפילו צוגעליגט עטליכע ראשונים, און נאך מעלות

אויב עס איז שוין נישט דא אין שאנק פון עוז והדר אדער א מסכתא וואס זיי האבן נאך נישט ארויסגעגעבן, דאן נעם איך צומאהל טל-מן וואס האט די מעלה פון די גרויסע דיבור המתחיל, און בלית ברירה נעם איך א געהעריגע ווילנא ש"ס,

לעצטענס זאגט מיר א חבר וואס זיך איינגעהאנדלט די אוצר החכמה מיט די 15,000 ספרים, אז זייט ער האט דאס לערנט ער נאר אין די ווענעציע ש"ס וואס ער האט אויף זיין הארדרייוו פון אוצר החכמה (איך ווייס נישט וויפיהל מאהל ער האט געלערנט גמרא זייט דעמאלס?)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 20:30 לינק ישיר 

איך גלייך זייער שטארק די עוז והדר גמרות, זיי האבן אויך ליקוטי רש"י, ווי אויך הגהות וציונים, אין ועל כולם זייער א שיינע דריק.

תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 20:37 לינק ישיר 

איך האב "פיינט" עוז והדר!

1. צופיל אותיות א) ב] ג*&^%$#@! אריינגעווארפן אין יעדע איינציגע רש"י און צווישן יעדע צוויי ווערטער פון די גמרא. וואס גייט מיר אן צו וויסן אז אין די ווענציע דרוק פון שנת של"ח איז אנדערש געשטאנען???

2. זייער מוסף רש"י איז נישט אזוי גוט ווי די פון וואגשאל (פארלאזט אייך אויפן פראפעסיאנעל...).

3. זיי האבן ארויסגעלאזט דעם רש"ש פונעם ילקוט מפרשים, ברויך מען עקסטער זוכן רש"ש און עקסטער אלע אנדערע, אויף דעם בעטן מיר למען לא ניגע לריק?

מאורות האב איך "פיינט" צוליב אנדערע סיבות.

1. פארזעצטע רש"י אותיות.

2. פארדרייטע צורת הדף.

3. די הגהות וואס זיי האבן צוגעלייגט, הגם עס איז מלא תוכן, האבן זיי אבער געלייגט א שטארקן דגוש אז דער הגה וואס באלאנגט צו די אויבערשטע רש"י זאל זיך געפונען... יא, איר האט געטראפן! ביי די אונטערשטע תוספות צווישן די שורות! איך קען אסאך מאל צופלאצט ווערן זוכענדיג "וואס וויל ער צוצייכענען מיט אט דעם שווארצן פינטל דא"... נאכן זוכן צוויי שעה, כאפ איך זיך אז דאס איז גאר א פלעק פונעם קאפי מאשין אדער פרינטער...

ווען איך טרעף נישט קיין וואגשאל דרוק אין שאנק, און נישט קיין מהדורת ארץ ישראל, נעם איך דעם אלטן ווילנעם דרוק! אן די איבערגעדרוקטע רש"י'ס, און אן די מוסף רש"י, און אן די הגהות וחידושים... (דאן טרונק איך אויך צו א טיי מיט לימענע...).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 21:00 לינק ישיר 

אין די גאנץ נייע דריק, (די דינערע בלויע) האט עוז והדר אביסעל מתקן געווען דעם פראבלעם, זיי האבן ארויסגענומען אסאך אומוויכטיגע הגהות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 21:28 לינק ישיר 

קרעמער;
איך פארשטיי דעך נישט, איך בין אינגאנצן צומישט!

האסטעך פארגעסן ש"ס בר אילן?...

אי... אי... כאב געמיינט דו קענסט גאנץ שאַס אויסנווענדיג, און אויף נאכצוקוקן אמאל אמאל ניצטע דעם בר אילן דרוק?

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 24/08/2005 21:28:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 02:18 לינק ישיר 

הבהרה!


דו אלע אומבכבודיגע אויסדרוקן וואס מען הערט דא ווצב"ש פארזעצטע, פארדרייטע, צעקאטשלטע, א.ד.ג. איז נאר איבער דו דרוק און אויסלייג פונעם ש"ס, אבער דו גמרא אליין מיט אירע ווערטער איז מתוקין מדבש ומנופת צופים, ס'איז צוקערדיג זיס און עס מאכט ליכטיג די אויגן פון די וואס לערנען דערין, עץ חיים הוא למחזיקים בה.


יענטאאש, ראש הקהל, בשם הנהלת הקהילה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 02:26 לינק ישיר 

יא יא יענטאאש, ציקער זיס, ביז דו טרעפסט איין הארל אין די גמרא, ווערסטו צעווילדעוועט ווי אן אקס וואס זעהט א רויט בענדל...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2005 02:39 לינק ישיר 

ניין, ס'בלייבט צוקערדיג זיס אבער מיט א הארל אין די צוקער......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 17:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פאר מיר איז נישט קיין גרויסע חוליק אין וואסערע גמרא איך לערען וואסערע איך טרעף ניץ איך (שלאפן קען מען אויף אלע וואס איך האב נאר אמאל געטרייט)
אכער דער דא אונטן מיין איך גלייכט ארטסקרול איך זעה ער ניצט זייער חומש מן הסתם ניצט ער אויך זייער גמרא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2005 17:54 לינק ישיר 

קענסט די מעשה מיטן דינסט?

א דינסט האט אמאל נישט געקעענט אנשלאפן ווערן ביינאכט זיך געדרייט אהער אין אהין אבער ללא הועיל, האט זי ארויסגענומען פון איר הער'ס ספרים שאפע א גרויסע גמרא געלייגט אונטערן קישן און איינגעשלאפן.

למחרת באמערקט דער הער אז די גמ' איז נישט דא ביז די דינסט פארציילט די מעשה אז זי האט דא ס געלייגט אונטערן קישן כדי אנצושלאפן.

פארוואס עפעס א גמרא ביסט פאריקט?

ניין, איך זעה אלס ווי דער הער זעצט זיך אראפ אויף א גמרא און שלאפט גלייך איין, האב איך פארשטאנען אז דא ס איז א סגולה איינצושלאפן.... האב איך עס גענוצט פאר מיר אויך.....


מער איז דער הער שוין נישט איינגעשלאפן אויף א גמרא....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 17:50 לינק ישיר 

קרעמער, זאג איבער, וועלכע ש"ס האסטו טאקע די בעסטע ליב? דפוס וגשל??? חחחחחחח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 18:24 לינק ישיר 

פארפאלן יגר'ל, דא אין קאנטרי למשל, נוץ איך נאר דפוס וגשל!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2008 23:12 לינק ישיר 

מאך נישט קיין גרויסע חחח'ס, ואגשל קומט יעצט ארויס מיט א שפאגל נייע ש"ס, העמיר זעהן וואס זיי קענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ש"ס: וועלכע דרוק האט איר דאס בעסטע ליב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext