משוגעת'ן
גוט מארגן!
דער אשכול איז ספעציעל געווידמעט פאר משוגעת'ן! יעדער קען דא אריינשרייבן די אייגענע משוגעת'ן, פארשטייט זיך "די זאכען וואס דו אליין ווייסט ביי דיר אז עס איז א משוגעת", ווייל אז נישט, וועסטו דאך נישט וויסן אפילו צו שרייבן דערוועגן.
און אז מען ווייסט שוין אז די געוויסע זאך איז נאר א משוגעת, איז שוין נאר א האלבע צרה...
ווער עס שעמט זיך צו שרייבן פון זיך אליין, קען עס ארויפלייגן אויף "יענעם", דער "יענער" האט שוין אסאך געליטן, עס שטערט אים שוין נישט אז מען לייגט אויף אים אן נאך עטליכע משוגעת'ן.
1. איך קען איינעם (גראדע מערערע) וואס יעדן דאלער גראדן זיי אויס פון קנייטשן און לייגן דאס מיטן פנים ארויף און שטעלן דאס אויס לויט די סדר פון די געלט, הונדערטער'ס פון אונטן, אויפדעם פופציגער'ס, צוואנציגער'ס, צענער'ס, פינף'ערס, און איינזער'ס.
טאמער איר וועט זיי באצאלען הונדערט טויזענט דאלער אין קעש, און איר וועט נישט האבן אכט געגעבן אז די דאלארען זאלן זיין גראד, אויסגעביגעלט, מיטן פנים ארויף, לויטן סדר פון די ווערט זייערע, וועט דאס יענער אליינס טאן, הגם ער גייט דאס דעם קומענדיגן טאג אריינלייגן אין באנק וכדומה, אבער "ביי אים אין רשות קען נישט נעכטיגן צוקנייטשטע, אומאויסגעגראדעטע, אנע סדר'דיגע, דאלארען".
משוגעת אדער נארמאל?
2. אין וועלכע שוהל איך גיי וועל איך אלץ אנטרעפן א נודניק אדער צוויי (געווענליך ממש נעבן מיין זיץ פלאץ) וועלכע קענען נישט לויז ווערן פון די הייליגע דאווענען ווערטער, זיי זאגען איבער און איבער, און קלארער און נאך קלארער (הלואי.. דער מציאות ווייזט אז דאס ערשטע מאל איז נאך געווען די קלארסטע...).
מיינע געהירן פלאצן, און מיינע אייזערנע נערווען ווערן צושמאלצן ווען איך באגעגעגן זיך מיט אט אזא איינעם... נישט איינמאל האב איך יענעם אויפגעמישט א סידור און געוויזן אז עס שטייט נאר איין מאל "למען" ירבו, און נישט "למעעעעעעעע למע למעע למעעע למען למעאהן" (יא, "נישט איינמאל" האב איך דאס געטאן, טאקע "קיינמאל", אבער מחשבה טובה איז שוין מערערע מאל געווען).
3. די וואס מיינען אז די סיידוואלק איז נאר געמאכט געווארן כדי צו האלטן דארט די גארבעדזש קען'ס, אבער שפאצירן ברויך מען אויפן טראטואר!
ס'קען זיין זיי מיינען שמירת עינים וכו', אבער דער אמת איז, אז ווען מען גייט אויפן סיידוואלק קען מען מקיים זיין שמירת ה"גוף" [קערפער] וה"נפש" [זעהל] אויף איינמאל, מען קען זיך היטן די אויגן, און אויך דאס גאנצע גוף. אנדערש איז אבער ווען מען שפאצירט אויפן "גאטער" (שטראז, גאס, טראטואר), דאן ווערן די אויגן אפשר בעסער באהיטן, אבער מען לייגט חלילה אריין דעם גוף אין א סכנה.
איך וואלט שוין לאנג פארגעסן פון די משוגעת, אבער לעצטנס זעה איך יעדן טאג א "גוי" שפאצירן אויפן טראטואר, ער פארנעמט אזויפיל פלאץ ווי א קליינע קאר... און ווען ער גייט, ברויכן זיך אלע קארן ציען אין די זייט כדי נישט צו פאראורזאכן קיין עקסידענט... האב איך זיך דערמאנט אז עס איז א משוגעת וואס מאכט זיך נעבעך ביי אידעלעך אויך (להבדיל).
=
עס זענען פאראן נאך אזויפיל משוגעת'ן, ביי מיר און ביי אנדערע, אבער איך לאז איבער אביסל פאר אייך.
משלים: געמבלינג, זיך פאר'חובות'ן (די צוויי גייען געווענליך אינאיינעם). פונקטליכקייט (יא, דאס קען אויך זיין א פראבלעם...), קארגשאפטן, וכו' וכו'.
 |
|
|