|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:31 |
|
| |
יענטאאש און ר' זרח;
א גריס פון די שבת'דיגע טשאלענט! (ביי אונז אין די קרעמער פאמיליע קארגט מען שבת די טשאלענט אזוי האט מען די זכיה צו עסן דערפון אום זונטאג).
איר קענט זיך שוין אליין פארשטעלן וועלכע 'אתה אחד' איך וועל היינט ביי מנחה זינגען...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:34 |
|
| |
ביזט טאקע אתה אחד...
וער וויל דען נאך מאנטאג פילן א זונטאג'דיגן טעם?
אתה אחד...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:36 |
|
| |
ענדזשוי דעם קלעפיקן אלטן טשולענט פון וועלעכן איך האב שוין פיל געשריבן אין אן אלטן אשכול, דאכט זיך דער קעפל דארט איז 'טאליבאנער און להבדיל אידישע קינדער', אזוי 'מיין' איך, איך בין נישט זיכער.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 16:41 |
|
| |
איך האב געהערט נאך זאגן בשם דעם ערשטן בעלזער רב אז די וועלט האט א טעות מען זאגט אז ווען מען דערציילט מוצאי שבת א מעשה פון געלט פונעם בעל שם טוב איז עס א סגולה פאר פרנסה
האט ער געזאגט אז עס מיז נישט זיין מוצאי שבת עס קען זיין א גאנצע וואך
און עס מיז נישט זיין פון פון געלט עס קען זיין סיי וועלעכע מעשה
און עס מיז נישט זיין פונעם בעל שם טוב עס קען זיין סיי וועלעכע צדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 22:56 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב ס'איז א וועלטס טעות, אדער סתם א נער'ישע געוואוינהייט.
איר האט געבארגט עפעס פונעם שכן, לאמיר זאגען למשל א שעפ-לעפל. ווען איר געט עס צוריק זאגט איר א העפליכען ישר כח (אדער 'שקויעך'.)
איז אזוי, ס'דא מענטשען וואס וועלן ענטפערן "זייער גערן" אד"ג. דעס איז פארשטענדליך, ער וויל אייך ווייזן אז ער האט הנאה געהאט אייך צו טוהן א טובה, און איר זאלט אייך נישט שעמען צו בעטן נאכאמאל ווייל ער טוהט עס זייער גערן.
ווידעראום איז דא וואס ענטפערן "נישטא פארוואס". און דאס באדערט מיר. וואס הייסט נישטא פארוואס? האסט דאך מיר געבארגט דעם שעפ-לעפל איך האב עס געניצט , כ'האב הנאה געהאט דערפון און איך באדאנק מיך נאך דערפאר, וואס איז דאס נישטא פארוואס?
איך האב אמאל געהערט פון אן עלטערער איד (איך ווייס נישט צו ער איז טאקע אלט, אבער ער האט געהאט א ווייסע בארד) ווען כ'האב אים געזאגט ישר כח, מסתמא האט ער געהאלטן אפען די טיר פאר מיר, האט ער גענטפערט "ס'איז דא פארוואס". דאס איז די ריכטגע וועג, ממנו ילמדו וכן יעשו!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 01:06 |
|
| |
פעדעקס
שערקויעך (ס'דא פארוואס???...)
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 02:34 |
|
| |
פעדעקס שרייבט: דאס באדערט מיך.
דאס דארף מען זאגען מיט די ניגון פון זעמל "דאס באדערט מיך"...
אגב, אין ענגליש זאגט מען: טענק יו. און דער אנדערער ענטפערט "מיי פלעזשער". דאס איז מסתמא אזא בחינה ווי "זייער גערן".
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 03:37 |
|
| |
און וואס איז ווען מ'ענטפערט "יו וועלקאם"?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 06:49 |
|
| |
ווייס איך טאקע נישט. נא, ענגליש-קענער העלפט ארויס דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2005 00:34 |
|
| |
נאך אפאר קינדערישע טעותים:
נער הייתי וגם זקנתי. דוכט זיך מיר אז ס'שטייט "גם" נישט "וגם".
רגזו ואל תחטאו אמרו בלבבכם ועל משכבכם. מ'דארף זאגן "על" נישט "ועל". אסאך קינדער זאגן דא אויך דעם איבריגן ו.
קוקט ארויף אינעם ווייבער שול ביי קדושה וועט איר זען אז די פרויען בוקן זיך ביי ברוך כבוד ה' ממקומו.
שלמה זלמן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 01:35 |
|
| |
ערעב זארעכ;
איך האב געזעהן ערגעץ ציברענגען בשם די משמרת שלום, א טעם פארוואס מ'רופט שלוש סעודות שלוש סעודות און נישט סודה שלישית, אויסער די טעם פון 'יענטאאש' וואס איז אויך זייער א גיטע טעם.
וז"ל בערך, ובמשמרת שלום כתב; .....וסעודה ג' הוא כנגד יעקב אבינו עליו השלום הוא בחיר האבות, והוא כלול מב' הסעודות, ע"כ נקרא בפי העולם שלוש סעודות וכו'.
איך האב געזוכט א משמרת שלום, אבער אין מיין בית המדרש איז נאר געווען אויף יו"ד, סא איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 05:42 |
|
| |
מערקווירדיג ווי ס'פאלט מיר יעצט ביי.
מענשטן זאגן: וואו וואוינט יענקל?
דארט, "אריין די קארנער".
א מאדנער טעות, די ווארט "אריין די קארנער" שטאמט פון דעם ענגלישן פראז "around the corner" עס איז פאלט אויפגעכאפט געווארן ביי די וויליבורגער ענגליש רעדענדע.
"ארום די קארנער" איז די ריכטיגע אפטייטש. סארי די ווינקל
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 08:10 |
|
| |
פליז קראס מיך (דער ראצפערטער זצ"ל פלעגט מוחה זיין דערויף, ווייל א קראס איז א צלם).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 17:18 |
|
| |
וויאזוי זאגט מען ביי הלל מלפני אדון חולי ארץ מלפני אלוק די לעצטע אות פון די אויבערשטערס נאמען זאגט רוב עולם מיט א ה מען דארף עס זאגן מיט א א' אזוי ווי מען זאגט מגביה וואס די לעצטע אות הערט זיך ווי א א' די סיבה דערפאר איז ווייל עס איז דא א דגש און די ה'
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 17:50 |
|
| |
הא מנא לך?
מגביה שפלים ברויך מען אויך זאגען דעם לעצטן ה' ווי א ה' און נישט ווי אן א'.
אדער געדענק איך שוין נישט וואס מיין 'גיטע' אלעף רבי האט מיר געלערנט

|
|
|
|
|