וואס גייט פאר מיט הייד פארק?????????????
ס'בעירעך עלעוו-האלב צוועלעף אויפדערנאכט, איך קום אריין אין 'בעסעראעה' זיך אביסל אומצוקיקן וואס ס'האט היינט געדרוקט\געבלאזן פארן עוילעם דא, פארשטייטסעך אז דער בעסעראעה האט געכער אויסגעקוקט ווי א בעסעוילעם, טויט, שטיל, מ'זעט נישט קיין לעבעדיגן נשמה פאר די אויגן.
נישט נאר דאס, דער גאנצער 'היימישער שטותים' בעסמעדרעש קוקט עפעס אויס ווי עפעס אין וויסטער כאלעם, א פארגאנגענהייט. מ'זעט עס נישט, ס'ווערט פארשווינדן פון אונטער די אויגן פון איין מינוט צום אנדערן, אויב באווייזט ער זיך שוין יא אויף א סקונדע צוויי קומט ארויף א ליידיג, אדער א צובראכן בעסמעדרעש, אן קיין 'געהענגלעך'.
וואס גייט דא פאר? בינעך אליין אויף דער וועלט?
יעדע נאכט ארום עלעווע צייט ווערט דער גאנצער פארק אזוי טויט קראנק אזש אז ס'פארטרייבט אין בעט אריין... אפשר איז עס גאר א מעלה...
איז דאס ביי יעדן אזוי?
אגוטע נאכט פאר יעצט
|
|