טעסטינג טעסטינג.... ואן וואן ....
.. שלו' מאך אביסל העכער די מייק ... די רעכטע ספיקער ארבייט צו שטיל....
אה... יעצט איז בעסער... אקעי...
א גוטע וואך א גוטע וואך !!
ביז געציילטע מינוטן הייבט מען אן מיטן רייכן צוגעשטעלטן פראגראם לכבוד די היינטיגע מלוה מלכה לענ רבינו הק' רבי יואל בן רבי חנני' יו"ט זצוק"ל.
ווער וואלט זיך עס געגלייבט אז נאך זעקס און צוואנציג יאר זאל מיר זיך נאך אלץ צוזאמקומען צו א סעודה לעלו נשמת דעם רבי' ז"ל , במקום מיר וואלטן שוין געקענט און געדארפט זיצן אינאיינעם מיט אים אויבן אן ביי דעם ריכטיגן סעודתא דדויד מלכא משיחא. אין ירושליים עיר הקודש.!
איידער אלעם, בעט מען מאכט ליידיג די דורכגענג אז די ערלטערע אידן זאלן קענען דורכגיין ביז צו זייער באשטימטע פלעצער, און אינגעלייט ריקט אייך אביסל אראפצור צו מאכן פלאץ פאר די עלטערע אידן..
בחורים און קינדער גייטס נאר אארויף אויף די פארענטשעס. זעצט ענק נישט אראפ אויף די טישן, דאס איז אנגעגרייט נאר די בעלי בתים...
די עסקנים ווערן געבעטן צו האלטן ארדענונג אינעם זאל!
און זאלן יעדן אויפנעמען בסבר פנים .!
נשלח ב-28/8/2005 09:51
א גוטע וואך! גוטע וואך!
לא איש דברים אנכי.. עהעם... ווער בין איך צו רעדן פון רבין... כ'האמיך נישט אנגעגרייט. אבער מ'האט מיך געבעטן... נו פארוואס נישט... למעשה האב איך נאך זוכה געווען צו זעהן די עבודת הקודש ביים רבין זי"ע אין די געזינטע יארן... איך רעד דא פון די אנהויב כ' יארן.
ס'לאצעך נישט גלייבן אבער א גאנצע נייע דור איז אויפגעשטאנען. א דור וואס האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן דעם רבין'ס לעכטיגע צורה. קיינמאל נישט געהערט קיין שענעראבע דרשה קיין כל-נדרי דרשה. ווער האט זיך דאס געגלייבט אין וויסטען חלום אז מ'וועט קענען אנהאלטען יודיש'קייט אן דעם גרויסן מנהיג. ווען נישט דעם רבין וואלטאך קיין יודישקייט נישט עקזעסטירט דא אין אמעריקע. און אפשר אין די גאנצע וועלט.
אבער למעשה איז עולם כמנהגו נוהג אלעס פארט אלעס גייט אן ב"ה מיטן כח של אותו זקן. די רבי קוקט אויף אינז אראף פונם עולם האמת. ער זעהט ווי אונז קלאמערען אזוי שווער אויף די גראדע ווענט. ווען קעגען אינז שטארעמען די שווערע בייזע ווינטען. ווי געטרייע תלמידים שיידן מיר זיך נישט פון זיינע הייליגע ספרים וואס ער האט איבער געלאזט. ער וויל דאך מ'זאל זיך ווייקן אין ויואל משה אין די שיטה הקדושה. ער האט עך אזוי פארפירט קעגען די אלע וואס ווערען ליידער נאכגעשלעפט אין די ביטערע עבודה זרה הציונות. דעי טאקע דעי האלטן דאך צוריק די גאולה. משיח שטייט שוין ביים שוועל. און קען נישט קומען צוליב די מדינה.
איך פלאג מיך אן, גרייט אן טויזנטער בילקעלעך פיש חריין פיקל בארשט , און גארנישט קיינער האט עס נישט צוגערירט....
אלעס ליגט נאך אויף די טישן , די פיש הייבט שוין אן שימלען די פיקל וואקסט שוין גראז, די בליקעלעך זענען הארט ווי שטיין. די חריין ווערט ברוין....
די קוגל איז שוין איין שטיק אש אין אויבן...