יענטאאש איך האב עס שוין פאר א לאנגע צייט געסעווט אלץ מורא טז עס וועט דיר אנכאפן א רוח שטוס אין די וועסט מעקן,
ווער עס האט נאר אמאל גערעדט צו אן עלטערן איד אדער אידענע, וועט איר הערן פון אים/איר די אויסדריק 'אוי, די היינטיגע
וועלט' איז 'א קליינע וועלט'...
און ווען איך זאג 'עלטערע איד' מיין איך נישט דוקא אן אלטער איינגעבויגענער מיט צעקנייטעשטע הויט, ציטערדיגע הענט, גרויע האר, און א ציטערדעגע הייזעריגע שטימע צו וועלכן מען דארף צולייגן קאפ און אויער צו פארשטיין וואס פונקטליך דער מענטש רעדט, און דאגעגן ווען איר רעדט צו אים ברויכט איר שרייען העכער פון א הויכהילכער אויכעט נאר אז ער זאל הערן אינגאנצן עפעס אנדערש ווי איר האט געמיינט צו זאגן, איך מיין אינגאנצן נישט דייקא אן אלטער איד וועלכע בענקט שטענדיג צו די אלטע היים צום קליינעם שטעטל אין וועלכן מען האט געדארפט ארויסלויפן אין הויף אין די קעלט און היצן כדי צו טון די מענטשליכע באדערפענישן און נאכער זיך אינטערווישן מיט -אמבעסטן פאל- א שמוציגער צייטונג פאפיר און ס'רוב מאל מיט א שטעכיגן שטיין און אויך שוין א גענוצטע, איך רעד נישט דוקא פון די עלטערע אידן וועלכע בענקן נאך די מילך וואס די מאמע האט 'אליינס' געמאלקן פונעם קי וועלכע האט זיך געהאדעוועט ביים שכן און הויף און פארשפרייט איר דומפיגן גערוך אינעם גאנצן ארום, איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע לייט וועלכע בענקן זיך צו די פליייש וועלכע מ'האט געהאט פונעם טשיקן וועלכע מ'האט 'אליין' אויפגעצויגן ביי זיך אין הויף און 'אליינס' אפגעווישט די כסדר'דיגע צואה אירע און 'אליינס' געטראגן צום שוחט און 'אליין' איר געזאלצן אפגעוואשן און אפגעקאכט, איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע אידן וועלכע שטרעבן צוריק צו גיין אינעם אלטן דערפל אין וועלכע עס האבן געוואוינט א קנאפע צוויי מנינים אידן און פאר א גרופע פון אכט קינדער פון פארשידנארטיגע עלטערס איז געווען איין מלמד וועלכע האט געשמיסן מיט א צווייג ווען מען האט נישט געקענט די עברי און באלוינט מיט אן 'אגוז' ווען מען האט יא געקענט, איך רעד נישט דוקא פון די גאר עלטערע אידן וועלכע בענקן צו די צייטן ווען מען האט געמאלד וויכטיגע נייעסן דורך א טעלעגראם און אויסגעפירט שידוכים דורך בריוו אנדעם וואס די חתן כלה זאלן וויסן (עם) מי ומי ההולכים, איך רעד אפילו פון מיטל עלטערע אידן די היינטיגע עלטערע בעלי בתים זיי וועט איר אויך הערן זיך אויסדריקן אז די היינטיגע וועלט איז גאר א קליינער...
און זיי זענען נישט גערעכט, קליין איז זי די וועלט? 'ס'איז פיצי'!!!!!!...... איר קענט היינט אפלעבן די יארן און אלעס וויסן האבן און באקומען אנדעם וואס איר זאלט אויפהייבן די פליישיגע רגליים אייערע, אלעס דורכן זיצן ביי א קאמפיוטער סקרין, איר קענט טון ביזנעס, קויפן נכסים, אויסשטאפירן דאס הויז, בויען דאס הויז, באשטעלן א פיצא! אלעס אויפן קאמפיוטער, אמאל האט מען גאדארפט גיין צום פענסטער זען די וועטער אינדרויסן, היינט.... יעדע סייט זאגט דיך אן וואס דו זאלסט פרעגן פונקטליך וויפיל וואלקענס רוען העכער דיין בלאק.....
און איך זאג אייך, עס וועט נאך קומען א צייט, נישט לאנג ארום, וואס מען וועט אנהייבן פראווען שמחות אויף די נעט..... (איך מיין נישט דאס וואס די טראכסט, דאס איז שוין יעצט דא....), נישט לאנג ארום וועט איר עמטליך הערן 'ר' יענטאאש פ. רופט דעם עולם צו זכור אין ביהמ"ד 'היימישע שטותים!'.... וואס עפעס מאכסטו דארט? אה איך דאוון דארט איך בין דארט א מעמבער, טאקע? וואס עפעס?, סתם ס'איז זייער א בא'טעם'ט קליין שול'כל איך ווייס נישט איך האב עס ליב.....
לאנג וועט עס נישט געדויערן........ דער באשעפער זאל העלפן נאר אויף שמחות.....
______________________________________________________________________________________
... זאך טאגטעגליכע א וביד ושרץ כטובל
פעך...!!!! פוי.......!!!!!!! וועעעעך(מיט א דאבעליו).......!!!!!!
יא די מקוה.....!!! פוי........!!!!, 'כ'טובל ושרץ בידו?? ס'איז שוין גארנישט 'כ', ס'איז 'טובל ושרץ בידו', ווי מען דרייט זיך איז פיל מיט חזר'יי, אלע ערליי האר, פיאות האר, בארד האר, קערפערליכע האר, גראדע האר, געדרייטע (קוירלי) האר, פון אלע ערליי קאלירן, שווארצע, ברוינע, רויטע, אראנדזשע, גרויע, ווייסע, בלאנדע, טשערי-בלאנדע, און ס'ענדיגט זיך נישט ביי האר, ס'גייט אסאך ווייטער....
די מקוה איז געווארן עפעס א... איך ווייס נישט וויאזוי דאס אנצורופן, מענטשן טוען דארט אלעס!!!, בארד געקראצעכץ, פיס געקראצעכץ, קאפ געקראצעכץ, מ _ י _ה געקראצעכץ, און וואס נישט.......
מען זיצט און מען שמועסט דארט און מען ארבעט זיך אויס דעם קערפער ווי עס וואלט געווען ביי זיך אינדערהיים.......... פוי!!!!!!! נאכאמאל פוי!!!!!!!!!!..........
פון 'הוטקע' האב איך הנאה, ער האט אמאל ביי א געלעגנהייט געשריבן אז ער רעדט אין מקוה און דער עולם כאפט זיך אן די בייכער פאר געלעכטער "מיט א האנטעך", אזוי דארף מען צו טאן שמועסן אינדרויסן, נישט אין בור!!!!!!!
וואס קיצלט מיך אזוי מיין אקסל....??...., אה א האר האט זיך מיר אנגעקלעפט אין מקוה........
.
ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!.....
.......... א לאנגן שנארכעץ אויף אריין...... א לענגערס אויף ארויס....... א סטרעטש אויס דעם קערפער...... א שווערן קרעכץ ...................האאאאאאאאאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!.....
אינסטינקטיוו שטרעק איך אויס מיין האנט צום 'סנאאז' קנעפל.... מ'געט א קוועטש... און וישן ויחלום שנית........
ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!.....
........ עוד הפעם .......... א לאנגן שנארכעץ אויף אריין...... א לענגערס אויף ארויס....... א סטרעטש אויס דעם קערפער...... א שווערן קרעכץ ...................האאאאאאאאאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!..... א קוועטש דעם 'סנאאז'.... און צוריק אין ים הפּעפי.....
ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!..... ביפ!! ביפ!!ביפ!! ביפ!!!!!!!!!!.....
האאאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!!!!!....... כ'געב א קוק אויפן זייגער..... איך גלייב נישט........ האא!!!!....... בין איך געשלאפן!!!!!....... (יענטאאש'טע: שששששששששש..... יענטאאש טייערער שריי נישט די וועקסט אויף די גאנצע משפחה.......).
א לאנגע שווערע צי אויס דעם קערפער.... יוי....עהההההה...האאאא...., איך טו מיך אן די סליפערס..... און איך שלעפ מיך קוים קוים ארויס פון בעט, איך גיי ארויף אין אפיס, איך שליס אויף די טיר, פארשליס איר צוריק פון די אנדערע זייט..... איך צינד אן דעם 'קאמפיוטער'..... און .....
'אה העלאו!!!!!!!!!!!!...... גוט מארגן!!!!!!!!!!!...... דא בין איך!!!!!!!!!!!!!!'........
וואס טוט זיך עפעס?, עפעס נייעס היינט?, איך בין נישט קיין מענטש די לעצטע פאר טעג, איך זאג אייך זייט מיר האבן געמאפט אהער קיין 'חברה וקהילה' בין איך נאכנישט געסעטלט, ס'איז אזוי שווער, קודם כל די דירה, יא איך ווייס איך האב א שיינע גרויסע אפארטמענט אבער ווי איז דאס א פארגלייך צו דעם פראכטפולן פאלאץ וואס די יענטאאש'עס האבן פארמאגט דארט, נאכדעם דארף איך איינגלידערן די קינדער אין די נייע תלמוד תורה, נעכטן בין איך זיי געגאנגען איינשרייבן, דער מנהל האט געמאכט א גאנצע מצב, 'קינדערלעך טייערע מיר האבן א גרויסן גאסט דא ביי אונז' האט ער אויסגערופן אין לאנטש רום אינמיטן פרישטאג, 'דער גרויסער 'הוטקער' ראש הקהל איז געקומען אריינשטעלן דא אין אונזער חדר זיינע חשוב'ע קינדערלעך, אלע קינדער זאגן שיין 'ברוכים! -קינדער: בעריכים.... ריכים... כים....!!!!!!!!!!!!- הבאים! -קינדער: האבאא-אים....באאא-אים...אים...!!!!!', שוין בקיצור כ'האב מסדר געווען יעדן ביי זיין מלמד, און כ'בין אהיימגעקומען אויסרישן די דירה.... פרעגטס נישט וואס דארט האט זיך אפגעטון... די 'יענטאאשטע' איז געווען נערוועז און מיט רעכט..... גארנישט קען מען דא נישט באקומען, אלעס קאסט טייער געלט....... בכלל האט איינער אן אננונג ווי דא איז דא א נארמאלע גראסערי?????????.......
....יוי... כ'האב נאך ניטאמאל געהאט א קאווע!..... לאמיך מיך גיין מאכן א קאווע , מ'העמיר שוין רעדן ווייטער שפעטער.........
______________________________________________________________________________________
שוין לאנגע יארן וואס די רבנים ומחנכים פארפירן און דרייען איבער א וועלט אז מען זאל נישט לאזן אידישע טעכטער ארבייטן אין די אפיס'עס, אלע ערליי "רבים חללים היפולו'דיגע" לשונות ווערן גענוצט פארן קאמפיין, הילכיגע שרייענדע פארפירנדע ווילדע שארפע פלאקאטן מיט שרעקעדיגע שווארצע אותיות באצירן טעגליך די גאסן און בית המדרש ווענט, לעצטנס איז דער קאמפיין געגאנגען אביסל 'אוט אוו קאנטראל' און מען באנוצט זיך שוין מיט נאך שארפערע לשונות אזויווי 'רוצחים, רשעים, חוטא בנפשו, בן סורר ומורה, הארלעם שחורים, און וואס נישט'.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא פון רוחניות'דיגן שטאנדפונקט, איך לאז דאס איבער פאר די רבנים גאונים צדיקים תמימים ישרים וועלכע האבן אסאך מער צייט און סאך ווייניגער דאגות ווי איך, דעריבער זאלן זיי זיך פארען דערמיט און זאלן זיי דאס דורכטראכטן מיט זייער 'דעת תורה' וואס דער דין איז ביי דעם, זאלן זיי ארויסגעבן זייערע קול קורא'ס צו אליינס צו אינטערגעשריבן מיט אנדערע ס'איז פארהאן אסאך 'אפשענס', ווער עס וויל וועט זיי פאלגן און ווער נישט וועט נישט און עולם כמנהגו נוהג ווייטער ווי ביז היינט.
אבער אלץ 'ראש הקהל' וועל איך נעמען א שטעלונג פון 'דעת בעל הבית'דיגן' שטאנדפונקט, איך האלט אז פרויען זאלן זיך צונויפפאקן די פעקלעך אדער בעסער געזאגט די 'פאקעט בוקס' און זיך אפיאגן פון די אפיס'עס, אדער 'עטליעסט' זאלן זיי נישט ארבייטן אין איין אפיס מיט מענער, איך ווייס אז איך קען נישט טוישן די וועלט, מענטשן דארפן פרויען ארבייטערס פאר פארשידענע אורזאכן (איך וועל עס נישט דא אויסשמועסן ברייטער משום תקנות הפורם....), בעלי בתים טענה'ן אז פרויען מאכן א בעסערן דזשאב (איך וועל דאס אויך נישט דא אויסשמועסן ברייטער משום תקנות הפורם....), בקיצור 'וואט עווער דע ריזען איס' איז דער פאקט אז קיינער וועט מיך נישט פאלגן און יעדער וועט פארבלייבן מיט די פרויען ארבייטער'ס, אבער איך זאג אייך פארט טייערע בעלי בתים הערט צו די עצה פון א קלוגן איד (????!!!!!!), איר וועט זען אויב איר וועט האבן א 'פול מאן אפיס' וועט די ארבייט בעסער גיין, פארוואס?, פשוט ווייל א מאנספערזאן לשיטתי ווערט פשוט צעפלאצט פון זיצן אין איין פלאץ מיט די נשים פאר שעות אין א צי, די תשעה קבין'דיגע געפלוידעראכצץ קען דאך איינעם 'דרייווען קרעזי', איך זאג אייך איך פאר מיר האלט דאס נישט אויס!
קוקט אהער למשל היינט ס'איז א טאג נאך א לאנגן 'דזשוליי פאר וויקענד' מען קומט צוריק אין די ארבייט, איין מאן פרעגט דעם צווייטן 'וויאזוי איז געווען די וויקענד?' פיין, 'האסט ענדשויט? יא, 'ווי ביזטו געווען'? איך בין געאנגען דא געטראגן מיין ווייב דארט און שוין, פיניש, דער שמועס איז פערטיג אין ווינציגער ווי א מינוט.
יעצט די זעלבע געשפרעך צווישן פרויען געדויערט א האלבע שעה ווייניג גערעדט אויף די העכסטע טענער מיט די קוויטשעדיגסטע קעלער וועלכע פארן אריין אין אויער און פון דארט גלייך צו די נערוון, ביילע: אה העלאו דעבאשע! (הי הי) האו ארר יאא(עעע)? לאנג טיים נאו סי (הי הי הי מיט א ספעציעלן פרויענ'ישע נקודה) האו W-וואס יאר וועקעישאן?, דעבאשע: אה איט וואס טעריפיק איי העד סאטש עי גוד טיים איט וואס סא ענדזשויעבל איי וויש איט וואד לעסט לאנגער, ווי ווענט טא דע מאלל ענד איי באט סאם סקוירטס יו נאו דע בלו וויט דע גרין פאקעדאטס ענד עי לייט בלו שוירט איי באט איט פאר סא טשיפ ענד איי וואס............! ..............! ..........! ..............! ..............! ............! ...........! (זי איז נאכנישט פערטיג איך האב נאר נישט קיין געדולד איבערצוזאגן אלע שטותים), ביילע:'אה WOW טעריפיק סאו איט וואס גרעיט? (וואס פרעגסטו נאכאמאל איבער זי האט דאך שוין געענטפערט?) דעבאשע: אה שאר איי לאוו'ד איט (אה הייסט אז איך בין משוגע, גערעכט איז זי אז זי פרעגט קוק זי ענטפערט נאכאמאל) ווי העד עי באל וכו' וכו וכו'.............., יע דע קידס ווער עי לידל ביט טייערד (אה טאקע?!! וויאזוי קען זיין האסט דאך זיי 'נאר' ארומגעשלעפט פון צופרי ביז ביינאכט פון סטאר צו סטאר?!) סאו איי קאדנט ביי מאר טינגס איי וואנטעד טא ביי (וואס?!!! האסט נאך געוואלט קויפן נאך???!!!!!) ביילע: אה איי לעפט דעם וויט עי בעביסיטער...... (.......) ............ ........... ............ ........ ........ .... ........... ..........וכו' וכו וכו'
אזוי גייט די שמועס פאר ווייס עך ווי לאנג, און דאס איז יעדן טאג נישט דווקא נאך וויקעישאן זיי טרעפן יעדן טאג עפעס צו רעדן, למשל ווען א מאן האט געהאט א 'בר מצוה' איין נאכט רעדט מען ניטאמאל דערוועגן א טאג דערויף, די נשים, הוי פרוביר נישט פרעגן ביילע: האו וואס דע באר מיצווע? דעבאשע: או איט וואס סא נייס ענד בעיאטיפאל, שעינדי פריפערד איט סאו פערפעקט דע קידס ווער דרעסד בעיוטיפאל ............ ............ ............. ............ .............. ............... ............... ............ ............ ........... .... ................ ............... ............. וכו' וכו וכו' (און דאס איז ווען די בר מצווה איז געווען אין 'שמח תשמח' שטעל דיך פאר ווען עס איז אין א טייערן זאל, אה דעמאלטס פארגעס פון ארבעטן יענעם טאג).
דעריבער האלט איך אז ווער עס וויל די ביזנעס זאל וואקסן זאל ארויסריקן די פרויען.
ולהשומעים תבא עליהם ברכה, יוסף השם אלף פעמים ככה,בלא בלא בלא וכו'
______________________________________________________________________________________
סאיז שטיל.......... איך שפאציר אריין אין די לאבי פון די 'הוטקע שול'....... סאיז שטאק פינסטער...... מען הערט נישט קיין שארך...... מיין הארץ פאמפט פאר שרעק....... איך בין בטבע א פחדן....... איך ציטער ווי א פישל....... כ'האב מורא צו זיין דא אליין......
איך נעם ארויס מיין בינטל שליסלעך...... איך כאפ אן אלע שליסלעך אויף אמאל אז עס זאל נישט קלינגען און מאכן א גערידער.... איך קלייב אויס די שליסל פון דעם ביהמ"ד טיר...... יוי איך ציטער...... הההאא... הההאא..... הערט זיך מיין שווערע אטעמען.... גיי ווייס וואס עס ווארט מיך אפ אויף די אנדערע זייט טיר...... איך שפיץ אן מיינע אויערן און איך לייג דאס צו צו די טיר....... איך פרוביר עפעס צו הערן..... שא שטיל......... מען הערט נישט גארנישט...... יוי איך ציטער........ איך דריי דעם שליסל....... דאס ווידער קול פון מיינע שטארקע הארץ קלאפענישן קלינגט אפ אין די לאבי..... איך מאך אויף די טיר...... יוי........ הההאא... ההההאא...... איך שפאציר שטייט אריין אינעווייניג מיט שטילע טריט...... א דומפיגע גערוך וואס ווייזט אויף א לאנגצייטיגע ליידיגקייט אינעם צימער איז מיך מקבל פנים און דרינגט מיך אריין אין די נאז לעכער....... איך גיי צו צו די לעקטער סוויטש...... איך ריק דעם קנעפל...... די לעקטער צינד זיך אן...... יוי...!!!.... ההההאאאאאאאאא...!!!!!!!..... האאאאאא...!!!!!!....... שפרינג איך אויף פאר שרעק........ האאא...!!!!!!.... וואס איז דאס...????!!!!!...... יוי...!!!!!!..... אה גארנישט ס'איז א רעגן מאנטל וואס עמיצער האט איבערגעלאזט אויפן טיש...... ס'האט אויסגעקוקט ווי א מענטש ליגט דארט...... הההאא... הההאא...... איך בארואיג מיך צוביסלעך....... איך באקום צוריק מיין קאנפידענס....... עניוועי..... איך הייב מיך אן ארומקוקן...... ס'איז ליידיג..... קיינער איז נישט דא......
......האלאו...!!!!!!!!!........ איינער איז דא....????!!!!!....... וואו איז יעדער...????!!!!..... איך פארשטיי ס'איז געווען א זומער שבת אין די קאנטרי, איך פארשטיי ס'איז געווען 'דזשוליי פאר וויקענד', אבער קאם אן!!! ס'איז שוין דזשוליי סיקס!!!! שוין באלד דשוליי סעווען!!!!! איך קען אפשר וויסן ווי יעדער איז????!!!!!.......
....האלאו...!!!!!!!!!!......... ....האלאו...!!!!!!!!!!.........אפשר רופט איר זיך אן....!!!!!!..... אפשר וועקט איר זיך אויף...!!!!!...... אפשר הייבט איר אן רעדן ווי נארמאלע מענטשן...????!!!!!!......נו..!!!!!...... נא...!!!!!!......
....האלאו...!!!!!!!!!!......... ....האלאו...!!!!!!!!!!.........
אזויווי עס איז טעריבל קלאציג לעצטנס דא וועל איך ארויפלייגן א קינה וואס איך האב מחבר געווען.
געווען אמאל צייטן אינגאנצן נישט אזוי לאנג צוריק,
וואס סיי ווען מען האט אויף 'היימישע שטותים' געגעבן א קליק,
בליטשקעדיגע לעמפלען האבן געטון מעלדן בפירושים,
אז עס איז דא צו ליינען עפעס פרישע חידושים,
עס האט זיך געטון אויף אלע באקן,
יעדער האט זיינע בויך קרעמפן געטון אויס_אקן,
אלע ערליי טעמעס געטון אויפבראכן,
כסדר איז געווען פון וואס צו שמייכלען און צו לאכן,
יעדער איז געווען אקטיוו ס'האט זיך אלס געלעבט,
צו 'היימישע שטותים' מען איז געווען צוגעקלעבט,
מיט די צייט איז געווארן נאך מער ווי פרעדיקטעט,
צו 'היימישע שטותים' מען איז געווארן עדיקטעט,
און אט ווי פון דער ערד איז אויסגעוואקסן דער 'יענטאאש הידוע',
געקומען ווי פון הימל א מלאך המושיע,
ער האט רעב הוטקע'ן מספיד געווען מיט די ריכטיגע דיבורים,
און ס'איז געווארן לוסטיג לעבעדיג ווי אינמיטן פורים,
נאך אפאר טאג גאנץ קנאפע,
איז דער פורם צוריק ארויף אויף די מאפע,
עס זענען פארגעקומען מסיבות אין אלע צייטן,
הכתרות און דרשות אויף אלע זייטן,
מען האט געמופט אהער און אהין ס'איז געפארן אויף רעדער,
געפייערט א חנוכת הבית פיל מיט דרשות און רעדנער,
אבער לעצטנס שטיי איך דא און איך רעד צו די וואנט,
קיינער וויל מיך נישט העלפן און אויסשטרעקן א האנט,
איך קען דאס שוין מער נישט פארדייען,
איך בעט אייך וועקט אייך אויף איך האב מער נישט קיין כח צו שרייען.
ווי מען גייט און שטייט איז מען ביזי מיט די אסטראנאנטן וואס דרייען זיך אין דער הייעך העכער אונזערע קעפ, האב איך זיך נאטורליך דערמאנט פון נאך מענטשן וואס פליען אין די לבנה אריין, נעמליך 'חתן כלה' גראד נאך די חתונה, און אז איך האב זיך דערמאנט פון חתן כלה אין די שבע ברכות האב איך זיך דערמאנט אין א גוטן און אמת'ן ווערטל וואס מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב, איר האט שוין אודאי געהערט דעם ווערטל, אז ער האט אמאל געטראפן א חתן אינמיטן די שבע ברכות האט ער אים געזאגט 'איך בין נישט דיינס!', ווייל א חתן אין די שבע ברכות מיינט אז די גאנצע וועלט איז זיינס.........
דער ווערטל וועפט שוין היינט פון אזויפיל געניצט ווערן, אבער דער אמת איז אז דאס איז אן אמת און געשמאקער ווערטל, און וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער עלטערער מענטש -מיט אן ארויפגעדרייטן צעקניפטן בארד מיט די פיאות צוזאמגעדרייט מיט א פעסטקייט אויפן אויער צאמציענדיג איר ווי א פארמאכטן רויז- מיינט אז ער מוז צוגיין זאגן דעם ווערטל -וואס ער אליין האט נאך געהערט פון ר' חיי-מענדל כמה פעמים- פאר יעדן חתן וואס דאווענט אין זיין שול צעלאכנדיג זיך מיט א גרעבציגן געלעכטער ארויסווייזנדיג דערביי די געלע ציין וואס ליגן אים פארשטעקט אונטער די לאנגע שטעכיגע שנוינצן.....
וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער אפגעריסענער פעטער וואס האלט זיך פאר א בדחן מיינט אז ער מוז זיך ביי יעדע קאזינס שבע ברכות אויפשטעלן מיט זיין גרעביגן בויך און דיקע פיס מיט זיין צאמגעקנייטשטן גאלדענע בארד מיט די רינדיגע ברילן אויף זיין צעקוועטשטן נאז און אנהייבן מיט דייקא דעם ווערטל קוקנדיג דערביי אויפן חתן און הנאה האבנדיג אז ער שמייכלט נישט כאפנדיג אז דער חתן שמייכלט גארנישט פון זיין וויץ נאר ער לאכט שוין מיט א זיבלדיגן שמייכל א גאנצע וואך טראכטנדיג פון זיין גוטן גורל אז ער האט חתונה געהאט מיט זיין מעכטיגע כלה אין וועם ער האט נאר געזען די מעלות ביז איצט נישט כאפנדיג אז די חסרונות רוען נאר איצטערט איין ווי די שטילקייט פארן שטורעם......
וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער זיידע מיינט אז בעת ער זיצט לעבן חתן ביי די שבע ברכות מוז ער איבערזאגן דעם וויץ פארן אייניקל מיט זיין שטילע קראצעדיגע הייזעריג-קוויטשעדיגע שטימע דערביי גלעטנדיג די געלע בארד מיט די ציטערדיגע האנט זיינע און שמייכלענדיג צו דעם צד השני'דיגן זיידן מיט א זיידע'אישן -אין היטלער נקמה'דיגן- שמייכל.........
שוין וואס קען מען טאן?, די חברה האבן אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........
______________________________________________________________________________________
זיץ איך מיך אזוי היינט פארטאגס אין ביהמ"ד ביי א גמרא און איך לערן, אה..... די פריע פארטאגס שעה'ן..... עס איז דאך ממש מעין עולם הבא, דער קאפ איז קלאר און אויסגעלייטערט, מען ווייסט נישט פון קיין דאגות און פון קיין דרוק, מען ווייסט נישט פון קיין ביזנעס און פון קיין אינטערנעט, מען זיצט זיך אזוי רואיג מיט א געשמאקער הייסע קאווע פון ווי דער רויך גייט אויף הויך ארויף צעשפריידנדיג די גשמאקע גערוך פון א גוטן קאווע אינעם גאנצן ארום אויפרייצנדיג יעדן וואס גייט פארביי צו לויפן זיך אנגרייטן א קאווע ביים גרויסן קעסל ווי עס קאכן זיך די גאלאנען וואסער מחיה צו זיין אידישע קינדער מיט א פיינעם צופרי'עדיגן געטראנק.
זיץ איך זיך מיט א רואיגקייט פארטוען אין די גמרא זיפענדיג א שלונג נאך א שלונג בעת עס טראפן טריפעלעך וואסער פון מיינע נאסע פיאות וועלכע האבן זיך נארוואס מטהר געווען צוזאמען מיט מיין גאנצער קערפער אין די פיינע מקוה, אויפפרישנדיג דעם פאריאגטן און פארפלאגטן 'יענטאאש' וואס דארף אט אט לויפן זיך מיגע זיין על המחיה ועל הכלכלה און מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און יעצט נוצט ער נאר אויס די פרייע פאר רואיגע שעה'ן עוסק צו זיין אינעם שיעור קבוע זיינעם, אה!...... ממש א געשמאק!....... אביי זאגט רבא פרעגט רבה ענטפערט און שמואל ברענגט א ראיה, ר' יוסי הגלילי קריגט און רבי האלט אנדערש ר' יצחק נפחא שטימט צו און רבי אלעזר האלט אויך אזוי, אוי ווי זיס איז דאס!...... די מחלוקה לשם שמים פון די בית שמאי מיטן בית הילל פון רש"י מיטן רבינו תם, אוי דער מהרש"א מאכט דאך דאס אזוי קלאר און דער רשב"א ברענגט דאך א ראיה וואס מאכט שפרינגען, ווער רעדט נאך פונעם פני יהושע..... עס איז דאך אינגאנצן אן אנדערע וועלט, עס איז זיס..... עס איז לעכטיג..... עס איז א מחיה!..... מען פארגעסט דאך פון אלע צרות יגון ואנחה, משוגע דארף מען זיין נישט צו לערנען נאך מער משוגע נישט צו לערנען פארטאגס......
ווערט מיר אט שווער עפעס אין תוספות, נו וועט מען א קוק טאן אין מהרש"א, איך מיש אויף אהין, וועלכע דארף האלט איך?..... אה ל"ד ע"א..... ווי איז עס?.... אה דא....... לאמיר זען וואס דער מהרש"א זאגט...... איי איי איי איי איי איי יאם...... זינג איך מיך אונטער מיט א ניגונ'דל....., איך טרעף דעם מהרש"א..... איך בייג צו מיין קאפ אריינצוקוקן בעסער אין די קליינע ווערטער..... ווען פלוצלינג...... וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!....... וועך!.... פעך!!.... נישט מער און נישט ווייניגער..... א גאלדן-ברוינער געדדייטע דריי און א האלב אינטשיגער האר........ וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!.......ווער האט עס דא אריינגעלייגט???!!!!..........., אה עפעס א איד א פערד וואס האלט אז זיין האר פון די בארד איז הייליגער ווי מיינע מענטשליכע געפילן זענען ווערד........
גלייך אויף די מינוט, ווען מיין מויל איז נאך געווען פארדרייט פון איבל, האב איך מיך אראפגעזעצט שרייבן א בריוו צו דעם איד.
לכבוד מיין טייערער ידיד,
מיט פארעקלטע געפילן פון גרויס איבל און גרויל נאכדעם וואס איך האב געטראפן דיין הייליגער האר אין די גמרא וואס איך האב היינט געלערנט, זעץ איך מיך אראפ שרייבן די דאזיגע שורות.
ווי עס קוקט אויס ר' איד האלט איר זיך פאר א גרויסער קדוש, אויף אזא פארנעם אז אפילו די האר פון דיין שטינקיג קערפער איז אזוי הייליג אז די שרפי מעלה אין הימל וועלן נישט אויסהאלטן אויב עס וועט זיך וואלגערן אויף דער ערד, וויל איך אייך זאגן אז ניין! איר זענט נישט קיין קדוש, נישט קיין צדיק, און אפילו נישט קיין סתם ערליכער איד, 'איר זענט א פשוטער חזיר!!!!!!'...........
מיט וואספארא רעכט האלטסטו אז דו ביזט ערלויבט צו פאר'חזיר'ן הייליגע ספרים מיט אפפאל פון דיין גרויליכער קערפער???!!!!!?.... פארוואס האט אייער חזיר'יש הארץ באוואויגן אייער עקלהאפטער מח אז יא! אנדערע אידן זענען מחיוב צו שפייען איבל און גרויל צוליב אייער צעקניפטן האר'ל????!!!!?... ר' איד טייערער! אויב איר האלט אז אייער האר באלאנגט אין א ספר, דאן פלאצירט דאס אין א קאנווערט וועלכע איר זאלט שטענדיג האלטן ביי אייך אין קעשענע גרייט על כל 'האר' שלא תבא, און טראגט דאס אהיים און זאל אייער הויזגעזינט האבן די זכיה זיך צו באגעגענען מיט אייער געשמאקער אבר מן החי!!!!!!!!!...........
ווי עס שרייבט צו דיר דיין חבר, מיט עקל און גרויל געשטיקט מיט אן איבלדיגן טעם אין האלז.
יענטאאש
'וועסט זיך נאך בענקען צו די יונגע יארן'
אזוי האט מיר מיין מאמע געזאגט בעת זי האט איינגעזאפט מיט א טישו די פילע שנירלעך טרערן וועלכע האבן אראפגערינען מיט א רחמנות אויף מיינע גלאנציגע יונגע בעקעלעך ווען איך האב געוויינט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו גיין צו מיין צווייטע קאזינס חתונה. אזוי האט מיר מיין טאטע געזאגט בעת ער האט שטארק געדריקט מיין האנט גייענדיג אויפן וועג צום שול פרייטאג צונאכטס ווען איך האב גענודזשעט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו קראסן אליין די סטריט. אזוי האט מיר מיין זיידע געזאגט מיט זיין שליימיגן קול בעת ער איז געזעצן אויף די טאראסע אנגעטאן אין זיין בלויען סוועטער און איינגעהילט אין זיין גרויען שאל טרינקענדיג א הייסע טיי מיט לימענע אין א פיר און ניינציג דעגרי וועטער צובייסענדיג א קאצקע ציקער. אזוי האט מיר מיין באבע געזאגט בעת זי האט מיט איר צידערדיגע האנט מיך פרובירט צו פיטערן די רעשטעלעך פאשיט און לאנגע -טאמעיטא סאוס- לאקשן וועלכע איך האב נישט געוואלט אויפעסן פאר נאכטמאל וויינענדיג אז די גרויסע קינדער צווינגט מען נישט צו אויפעסן. אזוי האט מיך מיין מלמד געזאגט בעת מיינע רויע בעקעלעך זענען געלעגן צעדריקט צווישן זיינע הארט-הויטיגע פינגער ווען ער האט מיך געציפט מיט א כלומר'שטע ליבשאפט. אזוי האט מיך מיין מנהל געזאגט מיט אן אריינרוימנדע שטילע שטימע אריינאטעמענדיג מיט זיין פון-קנאבל-שטינקפולע מויל גלייך אין מיין יונג אומשולדיג פיסקל.
היינט, יארן נאך די חתונה מיט עטליכע קינדער אין די זייט מוז איך אייך זאגן טייערע עלטערן און מחנכים: גרויסע שטותים האט עטס גערעדט!, ווער בענקען? ווי בענקען? וואס בענקען?, איר האלט טאקע אז איך בענק מיך צוריק צו די צייטן ווען מיינע הענט זענען צעציפט געווארן בין דרימל לדרימל פון מיין טאטן פרייטאג צונאכטס אין שול?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב נאר באקומען אן אייסעס פון מיין מאמען בימי טהרה?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צו די צייטן ווען מיין זיצער איז בלוי געווארן אונטער די רשעות'דיגע קאנטשיק פון מיין פארשאלטענעם מלמד?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב געמוזט לערנען שבת נאכמיטאג חומש מיט מיין זיידן?.
יא אמת, ס'איז דא פארשידענע פריוויליגיעס וואס נאר א יונגל האט, איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען פליען מיט א סקוטער אויף די סיידוואלק מיט א קוויטשענדע 'לעאו.....!! לעאו.....!! וויעאו.....!!'. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען זיך אראפשטעלן פארנט פון א 'פאני טאטע' און אריינקוקן אים מיט א צעעפנטע מויל גראד אין פנים אריין אזש איך זאל קענען ציילן די הארלעך פון זיין נאז. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי ווייניג נערוון איך זאל נאר האבן צו דאווענען- שפילן 'באהאלטן' און 'רעד לייט גרין לייט וואן טו טרי' אין שול. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי שטארק איך זאל נאר דארפן- 'לויפן' אין טוילעט מיט א שנעלקייט אנכאפנדיג זיך באותו מקום עס זאל נישט ארויסרינען.
אבער פון די אנדערע זייט האב איך דען 'אזא תאווה' למשל צו האלטן פעסט א צעקנייטשטן סענדוויטש בעג אנגעפילט מיט צעמאלענע זאלציגע פאטעיטא סטיקס און צעברעקלטע זיסע טשאקלאד וועיפערס?. וויל איך דען אזוי שטארק אריינוואקן אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט 'לעמאנעיד פיאות'?. האב איך דען אזא תשוקה צו שרייען 'גויאאץ' פאר דעם שחור פון די מקוה?.......
סא, דו גאנצע 'יונגע יארן' גערעדעכץ איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.....
______________________________________________________________________________________
אז 'נאט טו ביזי' רעדט שוין יא אזוי פון די עלטערן האב איך אזוי אריינגעקלערט, קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי עס האט
אויסגעזען ביי 'נאט טו'ס' ברית?. שטעלט אייך פאר, מען האלט שוין נאך די 'מציצה בפה', דער עלטער פעטער מיט די רויט-גאלדענע בארד שטייט שוין מיט 'נאט טו'ן' אין די האנט נאך וואס ער האט געקריגן דעם כיבוד פון 'הבא אל הכסא' -א כיבוד וואס ער באקומט כסדר כדי ער זאל זיך נישט באליידיגן און סטראשען אז ער קומט מער נישט צו די שמחות (ווי גלייך איינער דארף אים..)- דער בעבלאזענער פעטער שאקלט דעם אומשולדיגן "נאט-טו'ן" ווילד כדי ער זאל אויפהערן מיט די נאכאנאנדע געוויין, 'נאט טו' וויל פון גארנישט נישט וויסן, דער וואונד איז נאך פריש און ער וויל נישט אויפהערן מיט זיין בכיה. אט האלט מען שוין ביי די ברכות, דער 'שיינער איד פון שול' שטייט שוין מיטן כוס אין די האנט און זאגט די ברכות מיט א שטאטקייט אנציענדיג די פאריאגטע ארבייט'ס אידן וועלכע זענען נאר געבליבן ביים ברית דזשאסט אז אליהו הנביא זאל זיי פארצייען די עבירות (....), מען האלט שוין ביי 'ויקרא שמו בישראל', די פרויען ביי די זייט שאקלען מיט אן ערנסקייט די קעפלעך צום טאקט פונעם קינד'ס געוויין מיט די איינגעקנייטשטע טישו'ס איבער די אויגן און/אדער נאז, די קליינע אינגלעך שטופן זיך שוין איינער דעם צווייטן זיך שלאגנדיג ווער עס זאל טרינקען פונעם כוס דעם משהו וויין וועלכע וועט זיי הייס מאכן דאס האלז און פאראורזאכן א געהיסעכץ פון זייער זייט פאר איבער א שעה. אט האלט מען שוין ביי דעם ערנסטן מאמענט, 'ויקרא שמו בישראל!' רופט דער רב אויס הויעך מיט א זינגענדיגע לשון בקשה, דער עולם שפיצט זיך אן די אויערן איבערהויפט די מידל עידזש מענטשן וועלכע האבן ליב זיך צו מאכן זיס און ביים אנוואונטשן ווייזן אז זיי 'ווייסן שוין' דעם רך הנימול'ס נאמען. דער טאטע בייגט זיך ערנסט צו דעם קאפ צום בעל הברכה'ס אויערן און רוימט אריין מיטא ברומ'יגע שטיל-הויכע שטימע....... 'נאט-טו-ביזי'......... וואס???!!!!!!..... לאמיר זאגן אז דער רב האט אביסל עקספיריענס מיט די זאכן האט ער נישט אויסגעפראלט פאר געלעכטער אבער איר האלט אז דער פשוט'ער המון עם האט זיך געקענט איינהאלטן??!!!.... און וואס האבן די פרויען געזאגט????...... און די קינדער?! וואס האבן זיי געזאגט פאר די רבי'ס אין חדר ווען זיי זענען אריינגעקומען מיט די בילקע און פיש אין די האנט מיט א נצחון שמייכל אז זיי זענעען געקומען שפעט ווייל זיי האבן געהאט א ברית......., וואס האבן זיי געענטפערט פארן מלמד ווען ער האט זיי געפרעגט קלאפנדיג מיטן קאנטשיק אויפן טיש ' נו לאמיך זען אויב דו ווייסט וויאזוי די בעיבי הייסט?'.....
הא 'נאט טו', ס'איז געווען א דיזעסטער וואס????!!!.....
______________________________________________________________________________________
היינט אין ביהמ"ד ביי שחרית האט ביי מיין מנין געדאוונט פארן עמוד א קליין פערצן יעריג בחור'ל.
בשעת ער האט מיט זיין קוויטשיגן כפרה קול שרייענדיג 'גאדע קאדעשיי ראבאהההא!!' אויפן העכסטן טאן צעלעכערט מיינע אויערן, האב איך אים אביסל באטראכט, און איך האב ווידעראמאל פעסטגעשטעלט אז די באבע מעשה מיט די 'בענקעריי צו די יונגע יארן' איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'....
צו האלט איר טאקע אז איך בענק זיך ערנסט צו די יארן ווען מען האט אויף מיין צעקוועטשטע האלב צעריסענע ווי-א-באלי-אויסקוקנדע הוט געקענט דערקענען וואס מען האט געגעבן אין פיעוטים פאר פרישטאג די לעצטע האלב יאר??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך וויכטיג צו די יארן ווען קאלעגע ישיבה בחורים האבן אין רעאקציע פון א דזשאוק אויף זייער חשבון געקענט צערייסן די טעשער פון די חאלאטלעך וועלכע האבן געסרוחעט פון ביי-פרישטאג-אויסגעגאסענע וועדזשטעבל סאלאטן און קאפי??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך גאר שטארק צו די יארן ווען מען לעבט אין א תוהו ובוהו בעת די שתי שערות הייבן אן צו שפראצן און אזוי אויך די 'עפעס פאני פילינגס'?....
א נעכטיגן טאג!!, איך זאג אייך 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'....
יענטאאש איז ווער :השואלים לרבים
יוי איך ראלל מיך פאר געלעכטער......, נישט די הויכע כא! כא! כא! מינע געלעכטער, נאר די שטילע מינע, מיט די צוגעמאכטע מויל, מיט א גרעבציגע קול, די וואס די לופט קומט פון די נאז, וואס די עלטערע אידן נוצן....
פארוואס לאך איך??, אה די פרעגסט נאך!!, כ'וועל דיר זאגן, די ווייסט פארוואס ווייל דו בטלן (וואט עווער יור נעים -ענד ניק נעים- איס), האסט געעפנט דעם אשכול מיט די דעה, אז איך יענטאאש גיי טון א זאך וואס קיינער אין הייד פארק האט נאך נישט געטאן, דהיינו, פארציילן פאר יעדן און אויספויקן בריש גלי נישט מער און נישט ווייניגער ווער איך בין......
כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אה....... יעצט לאך איך שוין יא די גראבע מינע, מיט די אפענע מויל און פויערישע הוסטן..... אבער נאך ווי איך לאך, כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!.....יוי איך קען זיך קוים בארואיגן......
איין מינוט, אנטלויף נאך נישט, כ'האב נאך נישט געזאגט אז איך גיי נישט, אפשר גיי איך יא, איי פארוואס זאל איך??????, פשוט ווייל עס איז לעצטנס געווארן א פאפולערע טעמע, צוליב דעם וואס מאנכע ווילן זאגן אז היינו הך "יענטאאש" היינו הך "הוטקע", "ממילא" האב איך אפשר יא באשלאסן ארויסצוקומען אפן און קלאר ערקלערן ,פארציילן, מגלה זיין, אויספויקן, אויסרופן, און קלארשטעלן (עפעס פארגעסן??) ווער איך בין, און ווער מיין טאטע איז/איז געווען, ווער מיינע קינדער זענען/גייען זיין, ווער מיין ווייב איז/איז געווען/גייט זיין/איך וויל זאל זיין...., און אזוי ווייטער און ווייטער מיין גאנצע יחוס ביז דוד המלך/בעשה"ק/אדם הראשון/אלשיך הק'/יענטאאשער רב זצ"ל/ר' אלימלך/ר' זושא/וכו'.
כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!, יוי איים סארי איך קען זיך נישט איינהאלטן כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כא!!!!!, איר זענט משוגע אדער וואס???, איר האלט טאקע אז איך גיי פארציילן?????!!!!!!, און וויאזוי מיינט איר פלאן איך צו טון שידוכים מיט מיינע קינדער??? איר מיינט טאקע איך וויל מען זאל זאגן אז דער און יענער האט א שידוך געטאן מיט יענטאאש פון הייד פארק???, אבער איין מינוט, ווער זאגט אז איך האב בכלל קינדער?? און אפשר האב איך זיי שוין אלע חתונה געמאכט???, אפשר אפילו מיט שיינע מחותנים, רבנים, ראשי ישיבות, (קאלעגע) ראשי הקהילה, שיינע אידן.
אבער למשל לאמיר זאגן אז יא איך גיי אלעס אין די זייט לייגן און איך גיי פונקטליך פארציילן ווער, ווי, וואס, וויאזוי, מיט וועמען, צו וועמען, פאר וועמען, פון וועמען, וויפיל, פארוואס אזויפיל, פארוואס בכלל, מיט א שייטל, אן א שייטל, מיט וואסערע שייטל, וועלכע קאליר האר, געדרייטע פיאות, גראדע פיאות, ברילן, נישט ברילן, רינדיגע ברילן, שווארצע , ברוינע, בארד, נישט בארד, קליינע בארד, גרויסע בארד, הוט, קאפעל, גאטשעס, שול, קהילה, ........., ............, ..............., ............., ......................., .................., ........., ............, ..............., ............., ................., (פשוט כ'האב מער נישט קיין געדולד פונקטליך אויסצורעכענען, אבער איר פארשטייט וואס איך מיין אלעס אלעס אלעס) , בקיצור ווי האבן מיר געהאלטן? יא, אז אז איך גיי אלעס פארציילן, וועט איר מיך למשל גלייבן אפילו????, קוק אהער אז איך זאל יעצט זאגן אז איך גיי מיט לאמיר זאגן א געקעסטעלטן רעקל , א הויכן ביבער הוט, ניין א פלאטשיקן, ניין א שטאפן הוט, ניין א קראך היט, ניין א קאשקעטל, בקיצור אויך מיר א חילוק וועלכע, א געוויסן הוט, און איך באלאנג צו קהילת פאפא (וועלכע?), ניין באבוב (וועלכע?), ניין סאטמאר(וועלכע?), ניין וויזניץ (וועלכע?), ניין ספינקא (וועלכע?), ניין פישפיקלאדיין (וועלכע?), עניוועי א געוויסע קהילה, וועט איר טאקע האלטן אז איך האב אייך געזאגט דעם אמת?????
כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!, איך קען שוין כא!! כא!!! מער נישט כא!!! כא!!! רעדן !!!! פאר כא!! כא!! געלעכטער כא!כא!!!כא!!!!כא!!!!!!!!כאה!!!!!!
(היום אחר שחרית בביהמ"ד החדש 'שערי הוטקע' ד'היימישע שטותים' פעיה"ק 'חברה וקהילה')
עלינו לשבח וכו'........................... ונאמר והיה וכו' אחד ושמו אחד!!!!!!....... יתגדל ויתקדש וכו'.................. אמן!!................. יהא שמיה רבא וכו'!!!!!!...., (ס'הייבט זיך אן א העפטיגע ארבייט מצד די עסקנים (אנגעפירט דורך 'יונגאטש') מ'רוקט בענק און טישן.... מ'גרייט אן טישטיכער... אט ברענגט מען אריין טעצער קעיק...... ברוינפן......, אפילו 'קרעמער' האט אפגעהאקט אינמיטן פירן א העפטיגע 'קופקע' ווי מען האט זיך גע'טענה'ט איבער 'פאליטישע' אנלעגנהייטן................. ('ממילא' שטייט אין די זייט און ער שימפט און שעלט.... קיינער הערט אים נישט אויס.... ער פרובירט צו רעדן צום 'שווארצן' ערל וועלכע קלינט די שול... אבער ער האט אויך נישט קיין צייט צו אים....), ..... עושה שלום במרומיו וכו'...... על כל ישראל ואמרו אמן!!!!!!!..... אמן!!!!!!!!!..........
'בןגאלד' גייט ארויף אויפן באלעמער......: קלאפ!!!!!.... קלאפ!!!!!!..... קלאפ!!!!!!..... ששששששששש........, דער גאנצער עולם איז געלאדנט צום מסיבת 'לחיים' והכתרת דער חשובער 'ראש הקהל' אלס 'מנהל משנה'!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!........
קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!....קלאטש!!!!!!!.... קול רינה וישועה באהלי צדיקים!!!!!!........ (עס הייבט זיך אן א העפטיגע געזינגעכטץ.......) ...הוי!!!!!..... דער רבי זאל לעבן א מזל טוב!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!.... קלאטש!!!!!!!....
........שששששששששששששש............. אט גיי איך זאגן מיין דרשה.........
....מיט א וויינענדיגע שטימע געשטיקט מיט טרערן הייב איך אן צו רעדן......
...מורי ורבותי.... חשובע חברי הקהילה....... מ'טרעפט אין די תורה ווען יתרו האט געהערט די אלע ניסים וואס השי"ת האט געטון מיט די אידן וויאזוי ער האט באשטראפט די מצריים, שטייט דארט 'ויחד יתרו' זאגט דארט רש"י פשוט פשט מיינט טאקע אז יתרו האט זיך 'געפרייט' אבער נאך א פשט איז אז 'ויחד יתרו' נעשה לו חדודין חדודין ס'האט אים געשטאכן און ס'האט אים 'וויי געטאן'....., (איך נעם ארויס א טישו און איך וויש זיך אפ די טרערן.... מיין קול ווערט מער שטיקעדיג...) איך האב געקלערט יעצט.... דא........ אין אזא צייט...... כ'האב די זכיה...... 'רעב הוטקע שליט"א' אליינס..... האט מיך אויפגענומען אלס 'מנהל משנה'..... (דער גאנצער עולם ווערט עמאציאנעל...... ס'איז שטאק שטיל....מהערט נישט קיין שארך אין ביהמ"ד......) פון איין זייט.... איז עס מיר א געוואלדיגע שמחה..... אז מ'האט מיך געגעבן אזא כבוד.... און מיך ממנה געווען... ('בןהרחמן' שפילט זיך מיט די ברוינפן גלעזלעך..... ער מאכט א גרויסן טורעם דערפון...) ...... פון די אנדערע זייט אבער... אז איך קלער אזוי צו מיר... (גיב אכט 'בןהרחמן'.... ס'איז צו גרויס... ס'האט שוין שוואכע באלאנס...) ....... איך טראכט אזוי אריין..... אז מען האט נישט געטראפן דא ביי אונז אין די קהילה... קיינעם בעסער פון מיר.... פאר אזא פאסטן..... דעריבער שטעכט עס מיר אביסל..... (דער עולם זיפצעט..... עלטערע אידן בייגן זיך די קעפ....).... איי..... איי.... ווען וועלט וואלט געווען וועלט..... העט מען ווען נישט געטראפן א בעסערן קאנדידאט?.... (פארשטייט זיך אז נישט, אבער אזוי האב איך געוויינט ברוב עניוותי)..... ווי האלטן מיר שוין היינט אויף דער וועלט... (דער מצב ווערט מער און מער עמאציאנעל...) .... אז איך בין דער ערשטער קאנדידאט פאר אזא געהויבענע פאזיציע... (קראך... קראך... קראך..... 'בן הרחמן'ס גאנצע בראנפן גלעזל טורעם טראסקעט אראפ מיט גרויס געפילדער אויף דער ערד פאראורזאכנדיג גערידער........ דער עולם ווערט אביסל בייז.... 'שששששששש.... ששששששש.... שששששש.....' הערט זיך פון אלע זייטן.......) ...... על כל פנים אבער.... אז איך בין שוין יא אויפגענומען געווארן.... האף איך צו דינען דעם ציבור ערליך...... יעדן איינעם..... און האפענטליך וועט מען קענען אסאך אויפטאן...... בעזרת השם..... ביז דער גואל צדק וועט בקרוב אנגיכן קומען.. אמן...
אמן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!.............
.....'גם_זו' (אנגעטאן אין זיין ירושלימ'דיגע לבוש מיטן קאפטן און ברייטע שטויביגע ביבער היט) שפרינגט ארויף אויפן טיש און הייבט אן זינגען מיט א לעבעדיקייט 'דער רעבע פאצט פאצט!!!!'..... דער עולם ווערט צוריק לעבעדיג און מען זינגט פרייליכע ניגונים...... מען גייט אריבער איינציגווייז געבן לחיים.......
(נאטיץ: איך האב נישט געלאזט ברענגען קיין מוזיק וועגן עין הרע....)
______________________________________________________________________________________
תוקן על ידי - kraitchmer - 22/11/2005 18:56:37
 |
|
|