אז מע בעט שיין באקומט מען.
דער גראף וועלכער טיילט לעצטנס אויס ציפקע צרות פאר די איידעלע אומשולדיגע דערפישע אידן דא אין קרעטשמע, האט -זעענדיג דו שטארקע שטארקייט מיט וואס מיר האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים מיטן הילף פון השי"ת- צוגעשיקט א בריוועלע וועלכע איז אנגעקומען מיט א שליח צום קאנצעליי פון קהל דא אין שכינות פון די קרעטשמע, נעכטן אויפדערנאכט אינמיטן דעם שרעקליכן קורצשלוס.
דער בריוו ליינט זיך ווי פאלגענד:
איך האב שוין כמעט חרטה
איך בין געווען א שוטה
וואס האב איך דא געטאן
באדערן עס פאנגט מיר אן
די חברה איבער מיינע ביינער
מען לאזט מיר קוים די ציינער
מען ווארפט מיר נאך שטיינער
איך בלייב אליין אן קיינער
איך בעט זיך איבער מיט אייך
איך וועל ענק אפילו מאכן רייך
אבער זייט מיר מוחל אצינד
שנעל שוין און געשווינד
דאס הארץ ווייטאגט מיר
גיסט מיר אן אביסל ביר
גלייך איז צוריקגעשיקט געווארן א שליח ווי מען האט געמאלדן דעם גראף אז מיר -אלץ אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים- זענען גרייט אויף געשפרעכן.
אומבאשטעטיגטע קלאנגען קורסירן צווישן די אלס-ווייסערס אין דערפל, אז דער גראף וויל זיך מגייר זיין און ווערן א איד, דאס איז די ווערסיע פון זלמן דער פעל סוחר.
ווידעראום חיים שמואל דער פרוכט הענדלער פארציילט פון קראנטע קוועלער, אז דער גראף איז גאר אן אפגעפארענער איד וועלכער וויל זיך יעצט צוריקקערן צום אידישקייט.
אלענספאלס דאנקט גאט ברוך הוא, שעפשעט א הייסע תפילה אויף ווייטער, און פאלגט נאך די אנטוויקלונגען.
אין א געוויסע לאנד, אין א געוויסע שטאט, אויף א געוויסע גאס, אויף א געוויסע טיר, הענגט א קליין הילצערנע שילד, און מיט איינגעקריצטע גאלד געפארבטע אויתיות ליינט זיך "משפחת יענטאאש".
אינעווייניג פון דעם טיר געפינט זיך די דירה אין וועלכע עס וואוינט די "יענטאאש" משפחה, וועלכע 'יענטאאש'עס' וואוינען דארט?, דארט וואוינען די באוואוסטע 'יענטאאש'עס'.
דער 'טאטע יענטאאש' איז א פיינער אידל אין די יארן צווישן 'צוואנציג' און 'זיבעציג', די 'מאמע יענטאאש' איז א פיינע וואוילע ערליכע אידישע טאכטער אין בערך די זעלבע יארן, זיי פארמאגן א שטוב מיט א געוויסע צאל קינדער בליעה"ר.
'מר. יענטאאש' איז א פשוטער איד, שטייט אויף יעדן פארטאגס, האט א שיעור פארן דאווענען, דאווענט מיט זיין באשטימטע מנין, אין זיין באשטימטע שול, אויף זיין באשטימטע פלאץ, מיט זיין באשטימטע סידור, און מיט זיין באשטימטע ברילן.
דורכ'ן טאג ארבעט 'הער יענטאאש' אין א געוויסע קאמפאני, ער פארמאגט דארטן א דזשאב וואס פאלאנגט זיך דערפאר א 'קאמפיוטער' און (ליידער) אויך די (טריפה'נע) אינטערנעט, אין איבעריגע צייטן ווען מר. יענטאאש האט נישט עכט וואס צו טאן שרייבט ער 'תגובות' אויף "היימישע שטותים"……..
אה!.... בקיצור וואס מאך איך אזאנע לאנגע הקדמות, דאס בין איך 'יענטאאש' א גוטן וואס מאכט איר עפעס?, עני-וועיס איך וויל אביסל רעדן וועגן וויאזוי מען באהאנדלט א משפחה איך מיין די ווייב די קינדער, נישט אז איך האב פראבלעמען ח"ו, איך רעד פון סתם זאכן, פשוט 'לייף'.
למשל ווען איך גיי אין שול שבת, און אלע 'יענטאאש'לעך' לויפן מיר נאך ווי די קליינע פליגן זומער, איינער גייט אויף רעכטס איינער צו לינקס, איך קען נאר אנכאפן צוויי חברה, סא איך כאפ אן די צוויי קלענסטע 'יענטאאש'יס', אבער די איבעריגע קען איך נישט קאנטראלירן, ס'איז בושות איך קום אן צו א קארנער, מען דארף אריבערגיין די גאס, און ס'גייט קולות 'מאטי! גרונמ'קע! זבילי! (איך האב געטוישט די נעמען, איך וויל נישט מען זאל זיי טשעפענען אין חדר…)ווי גייט עטץ??!! וואטשט'ס א קאר קומט!!!!, אזוי אויך אין שול יעדער צולויפט זיך און פאר 'נקדישך' און ביים אהיימגיין בין אויך אויס 'הוטקע'לוטש מאכער, אדער אינמיטן נקדישך ביי 'ממקומך' -און דייקא ווען עס איז דא א שיינער חזן- נעמט זיך דער קליינער 'יענטאאש'עלע' (וועמען איך האב אויך נאר געברענגט אין שול וועגן די 'יענטאאש'טע האט פארפירט אז זי האט שוין נישט קיין כח צו אים) וויינען הויך אויפן קול, איך מיין, וואס טוט מען אין אזא צייט……..
בכלל וויל איך דורכרעדן וואספארא מין יענטאא…איך מיין צו זאגן וואסערע מין טאטע איך זאל זיין, דעי באבלאזענע מינע וואס ציפט די קינדער אויב זיי דאווענען נישט אדער דעי וואס גלעט ווען זיי דאווענען יא, דעי וואס לאזט נישט שפילן אין שול נאך כיתה א' אדער דעי וואס לאזט אפילו אין כיתה ח', סאיז דא אזויפיל זיך דורכצושמועסן, קומט לאמיר זיך דורכרעדן כאיש אחד ובלב אחד, יעדער קען נוצן א 'העלפינג טאהט'.
(המשך יבא אי"ה)
(המשך)
איר האט געזען נעכטן בין איך אוועקגעלאפן אינמיטן שרייבן, וואס איז געווען?, גארנישט איך זיץ מיך אזוי רואיג אינדערהיים אין מיין אפיס ביים קאמפיוטער, איך האלט נאך א שווערן טאג ארבעט, און פלוצים הער איך די יענטאאש'טע שרייען: 'יענטאאש!!!! יענטאאאאאאאאאאאאש!!!!!!!', איך מינימייז שנעל 'היימישע שטותים' און איך שריי צוריק: יא!!!!!!!, בקיצור מ'האט מיך אראפגערופן אין פלעי רום מאכן שלום צווישן די קליינע 'יענטאאש'לעך'.
"וואס גייט שוין פאר דא? ווער קריגט זיך שוין ווייטער???" רוף איך אויס מיט א טאטע'אישן האלב שטרענגע שטימע אריינשפאצירנדיג אין פלעי רום, איך האב געדארפט צושטאפן מיין אויער פון די קולות נאכדעם.....
.........!!!!!!!!!!!!...........מאטי האט געוואר.....!!!!!!!......ניין ווייל ער האט מיך געוואלט שלאג....!!!!!!!!!.........אנא.....טאטי...!!!!!!!......אייביג ווען מ'שפילט קומט ער אן און ער.............!!!!!!!.........יא ווייל אייביג טשעפענען זיי מיך.....!!!!!..........!!!!!!!!!!!!!.....יא.!!!!!.........ניין....!!!!!!........פאר'דוקה.........!!!!!!!!!!!!.........!!!!!!!.........
וואס טוט מען אין אזא פאל??, סאיז דא טאטעס וואס געבן יעדן אריין אפאר פעטש, א צווייטער נעמט איין קרבן ציבור, איינער געבט פאר'ן עלטסטן, איינער פאר'ן יונגסטן, וואס זאל איך טון??.
(המשך יבא אי"ה)
(המשך)
......'מאטי זינג זמירות'...... רוף איך אויס פארשלאפענערהייט, און איך פאל צוריק אריין אין מיין דרימל....
מיין קאפ פאלט אויף אראפ, צוריק אויף ארויף, צו די זייט, צו רעכטס, צו לינקס, ....ככככככ.... איך כאפ מיך צוריק אויף, אריינציענדיג א טיפן אטעם מיט מיין נאז........
.... איך סטרעטש מיך אויס און דערביי פרעג איך 'האסט שוין געזינגען מאטי'???....... קיין ענטפער.... 'נו, עטס האטס געזינגען קינדער'???..... קיינער ענטפערט נישט.... איך כאפ זיך אויף, איך קוק מיך ארום, מיין 'יענטאאש'טע' שלאפט אויפן לעזי-בוי, די בענקלעך זענען ליידיג, מיין זופ טעללער איז האלב פול און נעבן דעם ארינגס און ארום איז אנגעגרייט די פלייש טעללער, בונדלעך, פרוכט, אייסעס (שוין צולאזטע)........., שוין טראכט איך.... נאך א פרייטאג צונאכטס אין דער ערד, איך בענטש, איך הייב זיך אויף און גיי אין בעט אויף ביז מארגן צו סוזק"ש...
אקעי, די וואך איז געווען אביסל ערגער וועגן די מסיבה ליל שישי אין הוטקע שול, אבער יעדע וואך איז נישט קיין סאך בעסער, מ'ארבעט שווער א גאנצע וואך אין די ארבייט, פרייטאג ארבעט מען שווער פאר די 'יענטאאש'טע', און ס'קומט ביינאכט איז מען א 'מידער יענטאאש', איך עס מיך אויף, איך וויל ס'זאל זיין א שיינער שבת טיש, זינגען שיינע זמירות, זאגן תורות, און אזוי ווייטער אזוי ווי ס'פאסט פאר א שבת טיש ביי די יענטאאש'עס, אבער וואס קען מען טון אז דער ראש ה'יענטאאש'עס איז שלעפעריג...
איז וואס טוט איר????, קענט איר מיר העלפן?, וויאזוי האלט איר זיך אויף?, זאל איך מיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג כאפן א דרימל האב איך מורא אז די יענטאאש'טע וועט מיך אויפוועקן מיט א פעדער-שטאך..., אפשר בין איך איר שיין מסביר?, העלפט מיך!.
בכלל די גאנצע שבת סעודה קען איך נוצן אפאר 'טיפס', טיילט איר גרויסע שטיקלעך חלה צו קליינע, אסאך גרעיפ-דזשוס צו ווייניג, איר לאזט טרינקען אינמיטן די סעודה?, איר פארלאנגט א תורה?, איר פארהערט אינמיטן די סעודה?, ווי לאנג געדויערט ביי אייך די סעודה?, די קינדער מעגן זיך אויפשטעלן ביי די סעודה?, ווער סערווירט דאס עסן אייער ווייב צו אייערע קינדער?, איר צווינגט די קינדער אויפצועסן?, וויאזוי סעטלט איר די מחלוקה פון ווער ס'זאל זיצן אויף וועלכע טשעיר?, און אזוי ווייטער און ווייטער.....
(המשך יבא אי"ה, אבער דער עולם קען אנהייבן ענטפערן, ווי אויך פרעגן אייגענע צווייפלען).
'די יענטאאש פייל'
היי עוורי באדי דיס איז יענטאאש ספיקינג, לעטס סי וואטס גאואינג אן אין דע ווארלד אראונד אס.
וועעע..... וועעע..... וויינט די גאנצע וועלט מיט זודיגע טרערן פארקלאפנדיג די הענט מיט א ציפ און אריינאטעמענדיג א טיף-שאקיגן לאנגען אטעם, וואס איז? וואס הייסט! די ווייב פון אקטיאר קריסטאפער ריוו האט היינט אנאנסירט אז זי איז געשלאגן מיט לינגען קענסער ה"י. נישט אז איך וויל זי זאל שטארבן אדער זיין קראנק ח"ו, אבער ווי זענען די אלע וויינענדיגע געווען ווען אין דייטשלאנד האט מען געקוילעט איבער זעקס מיליאן אידן?????.
פרעזידענט בוש האט היינט רעאגירט מיט זיבעציג 'קאקעצעס' אויף איראן'ס אנגייאונג מיט זייערע נוקלעארע פלענער, צווישן די קאקעצעס האט בוש עפעס גערעדט וועגן נוצן די יו. ען. אויף צו אינטערווינירן ביי איראן, וואס? נוצן וועמען????!!!!!!!!.
היינט איז געווען באריכטעט אז ניינציג פראצענט אמעריקאנער שולערס זענען מסכים אויף שווערערע טעסטס אין סקול. אויך איז געווען באריכטעט אז די ראנ-עוועי ברייד -וועמען דער אפגעריסענער מאן האט צוריקגענומען נאכדעם וואס ער אטעמט נאך יעצט שווער פון איר נאכלויפן- שניידט די גראז ביי זיך אין לאט. דאס איז נאר צוויי פון צענדליגער אזאנע נייעסן וואס די מידיא פילט יעדן טאג פאר גאר וויכטיג צו באריכטן, און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס עי. בי. סי. יאגט זיך נישט צו רעפלעיסן 'פיטער דזשענינגס'.
און יא! היינט איז אויך געווען באריכטעט אז מענער האבן א פראבלעם צו הערן א נקיבה'איש קול רעדן, א גוט מארגן אייך די מידיא! יענטאאש האט דאס שוין געשריגן חדשים צוריק.
אן טוסדעי אגוסט ניינט טו טאוזענט ענד פייוו, דיס איז די יענטאאש פייל אן די קרעמער ניוס נעטווארק.
איך בין געווען אזוי ביזי היינט, אז כ'האב נישט מיטגעהאלטן די נייעס, און כ'האב געציטערט אז 'די יענטאאש פייל' גייט גיין קראכן, אין א פארזוך זיך צו ראטעווען האב איך שנעל געקאלט טעלמי פרובירנדיג צו געוואויר ווערן עטוואס די נייעס אויפן שפיץ גאפל, ווען איך האב געהערט וואס זיי זאגן בין איך געהאלפן געווארן, איך האב פארשאפט א יענטאאש פייל אויף היינט...
'די יענטאאש פייל'
היי עווריי באדי דיס איז יענטאאש ספיקינג לעטס סי וואטס גאואינג אן אין דע וארלד אראונד אס.
'סארי, די יענטאאש פייל פאר טודעי איז קורענטלי אנעוועליבעל, פליז טריי עגעין לעיטער'
אקעי, לאמיך קודם טיף אריינאטעמען....... ההההההה.... אקעי, הערט אייך איין, איך בין נישט קיין אפיקורס ח"ו, אבער כ'האב ליב ווען מענטשן קומען אן און זאגן 'כהאב געזען אין אן אלט ספר פון א ספרד'ישער מקובל פון אטנארגאנינא וועלכער האט דאס געשריבן פאר הונדערט פופציג יאר צוריק שרייבט ער דארט...', איך ווייס נישט ווער דער מקובל איז, קען זיין אז ער איז געווען א מלאך אלקים, אבער היינט קומען אויך מענטשן ארויס מיט ספרים טעגליך, און אין הונדערט יאר ארום וועט זיך איינער אנרוקן 'כ'האב געזען אין א ספר פון הונדערט יאר צוריק עפעס א רב אין וויליאמסבורג', רב? אין קאפ אריין, ער איז געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ער האט נישט געארבייט, און ער האט אפשר געהאט א קעלער ביי זיך אין בעסמענט און ער איז געשטאנען אינדערויסן יעדן שבת צופרי זוכן מנין צוזאגנדיג א טשולענט קידוש.....
אה דאונט ווארי בן הרחמן איך בין נישט געווען אפענדעט ח"ו, ס'איז פשוט א זאך וואס איך האב שוין פון לאנג געטראכט און יעצט איז עס געווען א דבר בעתו, און איך רעד אפילו נישט דוקא פון דעם וויאזוי הייסט ער?... כ'מיין 'פלאגי' וואטעווער, איך רעד בכלליות.
און יא, אין קהל'ס אפיס איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז דא פאר יעדן צוגעשטעלט אלערליי צוקער, ספלענדא, קאצקאץ, אפילו פרישע קיפעלעך און וואס נישט. (נאר פאר די ראשי הקהלה פארשטייט זיך, כ'מוז דאך נישט אריינלאזן יעדן 'געשמאקער' זויפעצן קאווע און עסן קיכעלעך אויף אונזער חשבון).
געשמאקער איז דער כולל יונגערמאן אין אונזער שול, ער דרייט זיך ארום מיטן ברוינעם כאלאטל אנעם הוט און קריכט פון קופקע צו קופקע זאגט און רעדט ווייסט נישט ווי צו קאמפלימענטירן און ווי צו רעאגירן, פעגערט די ראשי הקהילה מיט פראגעס און קריטיק, ווען ער זעט איינעם אויפשפארן קהל'ס אפיס קומט ער צו לויפן פון די אנדערע עק שול צו כאפן דעם טיר נאך פאר עס פארקלאפטט זיך דערנאך רודפט ער פאר א האלבע שעה דעם קהל'ס מאן וועלכער איז נאר אריינגעקומען צו גיין הכנות.......
בקיצור, א גישמאקער מיט א קמץ.....
געשמאקער! שא! איך הער דיך דא אריינזינגען ביז אין קהל'ס אפיס! איך קען נישט מאכן געהעריג די חשבונות! די פארדרייסט מיר א קאפ!.
עה.... דו פארדרייסט מיר נישט קיין קאפ יעצט האסט עס שוין געטון נעכטן.
זאארעעכחך פפעעפפעעררר:::::::
שעערקכואויעעכחך פאהאהאררעענןן אהואויאויפפפמממםםעערכזסאאממם ממאהאהאכחענן דעעהעהעמם רעעבוועענן'סשסשסשס זסיכחראוינעללעווראהאחכךעע'סשסשס דעעעררעעכחך....!!@@@!!!!@@@@!!!
-------
(נ.ב. מען דארף צו יעדן רעדן זיין שפראך.)
נו קום אהער גישמאקער ליבער, וואס גייט פאר? מאכסט חתונה? האסט חובות? האסט צרות? איינער איז קראנק אין שטוב חלילה?, קום רעד זיך אויס דאס הארץ איך וועל דיר פרובירן צו העלפן....
אפשר העמיר טאקע מאכן דעם ערשטן היימישע שטותים טיי אווענט, בן הרחמן! קום אהער, גיי קויף איין מזונות און פירות אויף מיין חשבון! ברענג אויך סאדע!, וואס נאך? זארעח די גיי הענג צעטלען אין אלע שולן!, נו, נאך עפעס?....., קרעמער קענסט ארלעדיגן די גורלות?....., נאטורליך ס'איז נישט עפעס געבליבן פון די טשייניז אקשען?....
בקיצור רבותי!, איך מאך א טיי אווענט און ווער עס קען העלפן מיט עפעס זאל זיך מעלדן אין אפיס!!!!....
נפחא האסט מזל ווי א נפחא נאכן טשולענט!!!!!!....
איך און קרעמער זיצ'מיר פונקט יעצט דא ביי א מיטינג (דאס איז נישט קיין וויץ) אין די ק.נ.א. העדקוואדערס, און יא! מ'האט פונקט יעצט דעסקאסט וועגן די אומפאנקציאנירונג פון אונזערע רעפארטאזשן, אנאליזן און פיילס, קרעמער האט דערציילט א מעשה פון א רב וועלכער האט זיך איין שיינעם טאג צאמגעפאקט די פעק און געוואלט אפיאגן פון שטעטל, ווען די שטאטס לייט זענען געקומען צולויפן מיט קראקאדיל טרערן איבער די באקן און געפרעגט 'פארוואס לאזט אונז דער רב איבער??', האט ער געענטפערט 'ווייל דאס איז די 'ערשטע' שאלה וואס מען האט מיך געפרעגט זייט איך בין רב......
מיר ענטפערן די זעלביגע.
'כל ישראל ערבים זה לזה', אזוי זאגן אונז די הייליגע חז"ל, און ווען חז"ל זאגן דעם לשון 'כל' מיינען זיי טאקע דאס צו זאגן, פשוט כפשוטו אז לאמיר זאגן די 'נפחא' צב"ש וואס דו ביזט א סאטמארער און ביזט ארויסגעפארן צום סאמארער רבי ז"ל'ס ציון נעכטן, ביזטו אבער אן ערב פאר 'גאנזאלעז' וואס איז אן אנטי-סאטמארער מיט אלע מפרשים זינט ער האט זיך מיט אזא העפטיגקייט אנגענומען פאר די אראנדזשע מתנחלים מיט די טלית ותפילין.
פארשטייט זיך אבער אליינס, אז 'נפחא' איז אביסל מער ערב פאר למשל 'קרעמער' וועלכער איז אויך א סאטמארער, פארוואס? פשוט ווייל קיינער קען דאך נישט קעיר נעמען פון די גאנצע וועלט, אבער אז איר באלאנגט צו איין קהילה דאן האט איר אביסל מער ערבות איינער צום צווייטן.
אבער, לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, אויב צוויי מענטשן וואוינען אין איין שטאט און זיי באלאנגען צו איין קהילה, דאן איז שוין דא נאך א גרעסערע ערבות איינער צום צווייטן, און דא וועל איך טאקע ווידער נוצן דעם ביישפיל פון 'נפחא וקרעמער', וואס זיי ביידע זענען סאטמארע, ביידע וואוינען זיי אין איין שטאט, האט טאקע 'נפחא' א גרעסערן ערבות צו 'קרעמער', און לשבח קען מען טאקע דורש זיין נפחא'ן אז ער האט טאקע ארויסגעוויזן ערבות צו קרעמער'ן און אים ארויסגעטראגן נעכטן צום ציון שלא על מנת לקבל פרס.
און, לאמיר גיין 'נאך' א שטאפל ארויפצו, אויב צוויי מענטשן דרייען זיך אין איין שול, טרעפן זיך טעגליך, זענען אטאמאטיש גוטע פריינד, דאן איז דער ערבות פיל פיל גרעסער, יא? פארשטייט איר אליינס.
כלפי מה דברים אמורים? צו וואס בלאבלע איך שוין דא אזוי לאנג מיט די 'נפחא'ישע משלים? הערטס אייך איין, מיר לעבן דא אין איין קהילה 'היימישע שטותים', מיר טרעפן זיך כמעט טעגליך, יעצט אויב זעט איר אז איינער פון די חברי הקהילה פעלט, דאן ברויכט איר שפירן אן ערבות, דהיינו 'ווי איז מיין חבר אהינגעקומען'???????!!!!!!......
דעריבער, פאר דעם צוועק האט קהל באשלאסן צו עפענען דעם 'איך זיך דיך' אפטיילונג, וואו אויב איר באמערקט אז עמיצער איז לעצטנס פארשוואונדן געווארן, וועט מען קענען דא אריינקומען און אויסשרייען מיט א הארציגן קול האלב וויינענדיג: 'וואו ביזטו איך זיך דיך'!!!!!!!!.........
נו, איז דאך יתכן אז דער ראש הקהל זאל זיין דער ערשטער שרייער, נאכדערצו אז איך האב דאכט זיך דער העכסטער קול דא, וועל איך טאקע זיין דער ערשטער.
לאמיך טיף אריינאטעמען..... הההההההה..... אקעי.....
'בן-הרחמן'!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!.........
'דיין רעב זסאארעעכח'!!!!!!!!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'גישמאקער'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'נעימלעסס'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'יונגאטש ב"פ'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'ענק אלע וואס איך געדענק נישט ענקערע נעמען אף דע טאפ אוו מיי העד'!!!!!!!!!!!!!!........
וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
אההה... קודם כל שלום עליכם 'בן הרחמן'...., דו האסט זיבעצן מעסעדזשעס אויף קהל'ס ענסערינג מאשין..... איך וועל נישט זאגן פאר קיינעם פון וועם....
צווייטנס 'בן הרחמן', ס'איז גלייכער זאלסט נישט אויסמישן ברוינפן מיט גאזאלין, וויל סיי ברוינפן אין דיין קאר אנשטאט גאז און סיי פאר דיר א גלעזל גאזאלין נאכן דאווענען אנשטאט ברוינפן וועט נישט זיין קיין תכלית, די קאנסעקווענצן קענען זיין פאטאל.....
וואס איז??!!!!?.... וואס איז??!!!!?....
איך בין נאר געגאנגען וואקאציע'נען אביסל, דאס טאר איך אויך נישט?!....
עניוועי לאמיך גיין אויספאקן די פעקלעך אז נישט וועט די יענטאאש'טע באלד טיילן קלעפ...
העי קודם שלום עליכם 'מעפיקל', וואס מאכט איר עפעס? איך בין 'יענטאאש' דער ראש הקהל דמתא פון 'היימישע שטותים', ברוך הבא מאכט אייך באקוועם, איי האופ יו וויל פיעל קאמפארטעיבל העיר....
וועגן די 'זיידישע דזשאוקס', איך ווייס נישט צו סתם אראפברענגען די וויצן כמו שהוא איז גענוג, די וויצן האבן נישט קיין חן נאר ווען מען הערט דאס פונעם עלטערן איד אליינס, און מען זעט ווי ער שטייט אזוי איינגעבויגענערהייט זיך אנלעהנעהנדיג אויפן שטעקן שמייכלענדיג מיט אזא זיידישן שמאלן געלעכטער וואונקענדיג צום אנדערן אלטן איד מיט א זיידישע געהיימענוספולע איינגעקנייטשטע בליק וואס נאר א מח וואס באהאלט זיך אויס פון אונטערוויילעכץ א צעוועטשטע שטערן קען פארשטיין.
ביי דע וועי, דארף מען געבן קרעדיט פאר נאט טו ביזי, ער איז פון די איינציגע אמת'ע מענטשן אויפן אינטערנעט, ווער עס ווייסט וועט מודה זיין אז איך בין נישט אזא 'יענטאאש' און קרעמער איז נישט אזא 'קרעמער', בן הרחמן איז נישט אזוי 'דערבארעמדיג' און זארעח איז נישט אזא 'סארעח' וכו' וכו', אבער נאט טו ביזי איז טאקע באמת 'נאט טו ביזי'.......
אקעי! אקעי! אקעי! אקעי! אקעי! אקעי!........
איך בין א ריכטיגער 'יענטאאש'!!!!
קרעמער איז א ריכטיגער 'קרעמער'!!!!
בןהרחמן איז א מורא'דיגער 'דערבארעמדיגער'!!!!
און נאט טו ביזי איז טאקע 'נישט צו ביזי'!!!!!!!!
און טאקע דערפאר זענען מיר קוואליפיצירט צו זיין די הנהלת הקהילה!!
שוין, יעדער צופרידן??!!!...
זארעחך:
דו מיינסט אודאי די אויסגאבעס פון מנחם מענדל און קנובליץ'ן ווי זארוואכעס פלעגן זיך אראפלאזן און פריצים פלעגן פארן מיט אויסגעבעטענע קארעטעס אהיים צו זייערע פראכטפולע פאלאצן מיט די רויטע טעפיכער וועלכע האט זיך געפונען ביי זיי אין דארף לעבן דעם גוט ווי עס האבן זיך געדרייט פילע שאף און רינדער, און אין וועלכן זיי האבן געמאכט גרויסע באלן ווי עס האבן זיך באטייליגט אלע פריצים און פריצעטעס פון אלע ארומיגע דערפער אנגעטון אין טייערע אנצוגן וואס זיי האבן געקויפט ביי 'משה נחום דער שניידער' און ביים באל האבן באדינער געטיילט געשמאקע געקעכצן אין טייערע שאלן צו איינבייסן און עס האט זיך געגאסן בראנפן און טייערע וויינען מיט וועלכע די פריצים פלעגן זיך אנשיכור'ן און נאכן בארעדן די אידן פלעגן זיי הוליען אין די נאכט אריין ביז מען פלעגט ברענגען מאשקען און דאן האבן זיי געליטן א מיאוסע מפלה נאכדעם וואס מאשקע'ס ווייב איז געלאפן צום רבי'ן און געיאמערט אז איר מאן איז אין א צרה און דא וואקסט די טאכטער שוין אונטער און מען דארף האבן נדן און דער רבי האט געזאגט מען זאל פארן קיין ראדאשיץ און דארט וועט קומען די ישועה און אויפן וועג האט מען אנגעטראפן שיינדע דעם ראש הקהל'ס ווייב און ווירקליך איז דער מאן געראטעוועט געווארן נאכדעם וואס דעם פריצנ'ס איינציגע טאכטער איז געווארן געלעמט און זינט דאן האבן די פריצים שוין געקוקט מיט גרויס עהרפורכט אויף די אידישע געמיינדע און זיי האבן מבטל געווען אלע גזירות ביז מנחם מענדל'ס נעקסטע מעשה......
די אויסגאבע מיינסטו????.......
אהההה...... מיט א טיפן אויסגעצויגענעם קרעכץ זינק איך איין מיין פולער קערפער אינעם באקוועמען לעדערנעם פאטעל אין קהל'ס אפיס....... אההההה...... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ, אבער נישט פון מידעקייט אדער אפמוטשעניש, נאר פון רואיגקייט און רוה, ס'א שאלה?... הערשט יעצט צוריק פון וואקאציע..... וואס'א געשמאק..... ב"ה די קרעטשמע איז זיך צעוואקסן אין דאס גאצע לענג און מען קען זיך שוין ערלויבן היינט צוטאג איר איברצולאזן בידי אחרים.
אהההה.... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ אריינזינקענדיג זיך טיפער אינעם פאטעל, די פיס זענען מיר צוזאמגעלייגט איינע אויפן צווייטן און די אויגן פארקלאצט אויפן דאך בעת איך פארקנייטש מיך דאס פנים פארטראכטנדיג זיך ערנסט אין מיינע ראש הקהל'ישע טיפע געדאנקען......
פאר עטליכע מינוט צוריק האב איך זיך אריינשפאצירט אין קרעטשמע אריין זיך אונטערזינגענדיג 'יאמאמיי' קלינגענדיג מיט די שליסלעך צו טאקט פונעם ניגון..., מיט א רואיגקייט האב איך געעפנט דעם הילצערנעם טיר וועלכע האט ארויסגעלאזט עטליכע פארשידנארטיגע גריצלערייען און קוויטשערייען וועלכע האבן מיך דערמאנט פון דעם טאגטעגליכן מעמד יעדן חודש אלול אינדערפרי ווען מיין בעל תפילה בלאזט דעם שופר....
מיין בעל תפילה איז א יוד אין די מיטל זעכציגערס מיט א געל-ברוינליכער טלית אבער מיט א ווייסע עטרה וואס ער האט הערשט לעצטנס געקלינט ביי 'פארקאש טליתים און עטרות' לכבוד זיין בן זקונים'לס שבת שבע ברכות, האט ער נעבעך אזא קרענק וואס א ריזן חלק אידן -הויפטזעהליך עלטערע- האבן, אז קוים קומט חודש אלול, גלייך ווי די האניג קיכעלעך און קוכן גייען אריין אין באנוץ, קומען זיי אריין אין שול יעדן פארטאגס מיט א געבויגן שמאל פיסקל, די שפיץ נאז קאלירט רויטליך פון די לייכטע קעלט פון די אלול פארטאגס שעה'ן, די לייכט-גרויע בארד אומגעקעמט, די פיאות צוזאמגעדריקט און אראפגעלאזט, די אויגן פארגלייזט זייטיג אויף ארויף, די הענט צוזאמענגעלייגט איינס אויף ס'אנדערע, און מיט שטייטע טריט גייען זיי ארום מיט א תשעה באב'דיגע בלאזיגע מוט אנזייענדיג ביטערניש און אומעט אויף ווער עס זעט זיי בטעות.
און דאן הייבט זיך אן דער טירחא דציבורא'דיגער חורבן, זיי הייבן אן זאגן הויך ברכות בכדי דער עולם וואס האלט אינמיטן פארדרייען די תפילין של יד זאל ברויכן ענטפערן אמן, קוקן קרום אויף ווער עס רעדט פארן דאווענען -ווער רעדט נאך פון אינמיטן דאווענען-, פרעגן מיט די האנט און ברומען א שאלה'דיגן נו.... ווען איינער שרייט יתגדל נאך הויכע שמונה עשרה, לויפן נאך די צדקה פושקעס מיט ניקלעך, און רעגן זיך ווען עס פארבלייבט נישט קיין מנין אויף תהילים נאכן דאווענען.
די אויסדערוועלטע פון זיי -ווי צב"ש מיין בעל תפילה- וועלכע האבן דאס גליק צו זיין א חיוב און דאווענען פארן עמוד, די האבן דאס בעסטע פון אלע, זיי האבן די רעכטן צו בלאזן שופר נאכן דאווענען...., ווען ער זאל ווען קענען וואלט עס מיר קנאפ אנגעגאנגען, דער פראבלעם איז אבער אז ער בלאזט אלעס און אויף אלעס חוץ דעם שופר.....
שוין פון אנהייב עלינו שפירט ער זיך וויכטיג, די נאזלעכער צועפענען זיך אים פון התרגשות, מיט א ספעציעלע זיבלנות ציט ער אויס דעם עלינו און מאכט זיכער נאך צו האלטן ביי 'להעביר גלילים' ווען דער גאנצער עולם איז שוין שטיל, און דאן פארענדיגט ער דעם עלינו הויך אויפן קול ארויפציענדיג מיט א קרעכץ ביי 'יכירו וידעו' א.ד.ג., ענדליך ווערט ער פארטיג און דאן קומט הערשט דאס ריכטיגע......
פפפפיו...... פפפפיו...... פפפפיו...... פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פרובירט ער שטערקער און שטערקער....... די אויגן זענען אים ברייט צעעפנט, אין די נאז לעכער קען מען טיף אריינקוקן אן עפעס צו פארפאסן, ביידע באקן זענען אים אויפגעבלאזן אין דאס גאנצע ברייט, ס'גאנצע פנים איז אים שוין בלוי, אבער קיין רעכטן 'תקיעה' האט מען נאך אלץ נישט געהערט......., אפילו דער שופר איז שוין אויסגעמוטשעט, די שפייעכץ רינט שוין ארויס פון די ברייטע זייט, אבער ער גיט נישט אויף...... 'ער' און דייקא 'ער' ברויך בלאזן דעם שופר......
קענען שטיין אינגעלייט וואס קענען בלאזן דעם שופר גרינג ווי א פידעלע, אבער ער וועט פאר קיין געלט נישט מוותר זיין דאס שופר געבלאזעכץ....., הפנים דאס וועט אים פארצייען די זינד זיינע...., ער מיינט טאקע אז ער וועט א גאנץ יאר פאשען אין אלע פעלדער און דאס שופר-בלאזעריי וועט אלעס צעבלאזן.......
בלאזט ער אויף יעדן... בלאזט ער זיך.... אלעס חוץ'ן שופר.....
בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...
איר טוט מיך דערקוויקטן
הרב רעב מיסטער בענעדיקטן,
א שלום עליכם טו איך פאר אייך אויסשפרייטן,
מיט א שמייכל א ברייטן,
עס האט דאך אלע טעמ'ען,
אייערע שיינע גראמען,
טו איך צו דער זאך,
און איך ענטפער אייך אויף אייער שפראך,
כה דברי יענטאאש ראש הקהל,
וואס איז געווען 'מנהל משנה' אמאל
יא יא הרב רעב בענדיקט טייערער,
דאס ברויכסטו צו וויסן זייער,
די תקנות האלט מען דא זייער טייער,
און מען גייט דערפאר ממש אין פייער,
און לאמיך דיך זאגן יעצט איינמאל,
אז די תקנות זענען געמאכט דורך מיך דער ראש הקהל,
צוזאמען מיט רעב הוטקע זי"ע ועל כל ישראל,
נאך אין די פארגאנגענע צייטן אמאל,
אבער איך שטעל זיך פאר זיכער,
אז דו וועסט דיך צו דעם צוגעוואוינען גיכער,
און אנהייבן שרייבן דא גאנצעטע ביכער,
צו מהנה זיין דו שטענדיגע באזוכער,
כה דברי יענטאאש,
וואס איז דא אזוי גרויס ווי אין אמעריקע איז בוש.
גוט מיסטער בענעדיקט מ'בלייב'מער גוט דע סעים,
מחילה וועל איך אייך געבן ס'איז קיין פראבלעם,
שרייב ווייטער פיין און גוט אן קיין שעם,
דו זאגסט גוט קיינער איז נישט מחולק אויף דעם.
לאמיך אויפאיינמאל רעספאנדן,
צו בענעדיקט און זאאארעךחחח זיי ביידן,
בענעדיקט כ'האף אז היינט וועסטו בעסער שלאפן,
איצט אז דו ווייסט שוין אז איך וועל דיך נישט שטראפן.
זאארעעחךח ווער זאגט אז גראמען איז נישט דיין פאך,
ווען דו האסט הערשט יעצט גע'גראמט גאנץ צו דער זאך.
קען זיין דאס באלאנגט אויך אין 'חרוזים פאומס', נפחא אויב די טרענספערסט דיינס אהין נעם מיט מיינס אויכעט.
אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי,
אוי וויי געב מיך טיי,
די טיי איז ביטער,
געמעך צוקער,
די ציקער איז זיס,
לעק דיין פיס,
די פיס איז נאס,
גיי אין גאס,
אין גאס האב איך מורא,
לערן תורה,
די תורה איז הייליג,
עס בייליג,
די בייליג איז פארדארבן,
המן איז געשטארבן,
יעקב אבינו איז געבוירן........
איימסארי, אבער אויף דעם ניגון האב איך א מיליארד קשיות און פירכות, לאמיר גיין פאוואליע, וואס האט דא פאסירט?:
דער ר' 'אברהמ'עלע מלמד' דער ליגט נעבעך אין שניי...., מ'העמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם ווער עס האט אים דארט אריינגעווארפן, דער מציאות איז אז ער ליגט אין שניי, יא?, אקעי, יעצט איז דאך לכאורה פארשטענדליך דער 'אוי וויי געב מיך טיי', פשוט, עס איז אים ביטערליך קאלט, ער ליגט פארפרוירן אין שניי שרייט ער 'אוי וויי' און ער בעט זיך 'געב מיך טיי', פיין. אבער העי איין מינוט! וואסארא טיי אין קאפ אריין? נעמטס אים ארויס פון דארט און פארטיג ניין?!!!, נאכדעם אז איר ווילט אים דערווארעמען אביסל פונעם פראסט דאן קענט איר אים דערלאנגען א הייסן טיי אבער 'פוירסט טינגס פוירסט' זעטס אים ארויס פונעם שניי!!...., אקעי אז עטס זענטס אכזרים און איר ווילט אים נישט ארויסנעמען עטליעסט גיב אים כאטש דעם טיי!!!!.... ניין, הייבן זע אן ארומדרייען מיט די צונג 'עה כ'ווייס... די טיי איז ביטער.... בלא בלא בלא' פאר א גוט יאר וואסארא תירוץ אין קאפ אריין איז דאס?!!!!.... ער בעט זיך ווי א גזלן גיב מיך טיי!!! גיב אים שוין דעם טיי און פערטיג!!!.....
נו שוין ער דער 'אברהמ'עלע' נעבעך וויל דאך נישט אריינגיין אין קיינע וויכוחים יעצט, ס'איז אים דאך ביטער קאלט.... גיבט ער נאך, 'נו שוין... אז ס'איז ביטער נו 'געמיר צוקער'...., העעע... קומען זע מיט א גאנצע טענה 'די צוקער איז זיס.....' איר הערט א גערעדעכץ? ס'איז זיס!!.... נו וואדע איז עס זיס דאס איז דאך דע חכמה!!!! צו מאכן זיס די ביטערע טיי!!.... זע לאזן נישט נאך די רשעים זיי מאכן אים נאך צו שפאט און הייסן אים 'לעק דיין פוס'....... וואסארא אכזרים!!!!!!!......
דער אברהמ'עלע ליגט נעבעך דארט אזוי אין די שניי, די ציינער קלאפן זיך אים איינע דאס אנדערע, די נאז רינט אים ווי א קוואל, ער היסט ביטערליך, ער פרירט פאר קעלט... נו זאל ער זיך גיין איינרייסן מיט די חברה??.... גיבט ער זע נאך און זאגטסע 'ההמממ... אנטשולדיגט... די פיס איז נאס.....', דעי חברה גייען ווייטער אן מיט די רציחה.... 'גיי אין גאס!!!' שרייען זע אים.... איר הערט??, איין מינוט קודם כל... ער איז דאך יעצט אין גאס ניין??!!... און אפילו ווען נישט אזוי ענטפערט מען??!!!....
דער אברהמ'עלע זעט דאך אז ער האט נישט קיין ברירה שפילט ער מיט און זאגט מיט א צובראכן קול 'אין גאס האבעך מורא...., קומען זיי אן מיט א טענה 'לערן תורה...!!!...', איר הערט א חוצפה! די קליינע ראצערלעך די לאבאווצעס גייען זאגן דעם תלמיד חכם ר' אברהמ'עלע'ן דעם מלמד נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'לערן תורה'....,
נו שוין ענפערט ער צובראכן 'די תורה איז הייליג'..., גראדע דאסמאל פארשטיי איך נישט אביסל דעם ר' אברהמ'עלע'ן, ווער זאגט אז די תורה איז נישט הייליג? און אז ס'איז הייליג איז וואס? קען מען איר נישט לערנען אין די שניי? די תורה ווארעמט דאך אן?, נו שוין אבער קען מען דען פרעגן קשיות אויף אים ווען ער ליגט נעבעך געפרוירן אין די שניי און די חברה ליצים מאכן דאס גענאר פון אים....., אבער הערט וואס די רשעים ענטפערן אים 'עס בייליג...', סתם רשעות אן קיין פשט... און נאך מער!!!.... אפשר ברענגט איר אים א שטיקל פיינע ווארעמע בייליג??!!!!...דאס פאלט אייך שוין נישט איין הא??!!!....
עניוועי דא ווערט שוין דער שמועס סתם אין די וועלט אריין פארדארבן, געשטארבן, געבוירן, אהין און צוריק.....
אבער וואס איז געווארן פון דעם ר' אברהמ'עלע נעבעך?????.....
- בורא פרי העץ, האסט א לאך אין טייץ.
- וואס??, א קוש אין נאז.
- וואו ווי, באמבער בי.
- מושי!, יא?, כ'האדעך ניש גערופן.... הי הי הי הי...
- בוריי פרי הוהאגאפען..... (מיטן ניגון).
'מעשיגע מעטארע'.....
אדער ווי די מיידלעך פלעגן עס בעסער אויסציען 'מעשיגע מעטארעהעהעהעהע'.......!!!...
(נ.ב. עס קען זיין אז דאס באלאנגט אויך ביים אשכול 'וועלטס טעותים', איינער ווייסט וואס עס מיינט 'מעטארע'..)
(אנטשולדיגונג: ס'קען זיין אז איינער האט דאס שוין אויפגעברענגט דא אין דעם אשכול, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד דורכצוגיין די גאנצע. ואתכם המחילה.)
סא חוצפה.......
סארא חוצפה נוראה כ'הא נאך אזאנס נישט געזען.....
ממש ווי די קליינע קינדער ווען די רבי גייט ארויס פאר א מינוט פון חדר און עטליכע קנאקערס זאגן 'קליינע רעבעלע מטט קורצע הויזן' און ס'איבעריגע קינדער שיסן ספאנטאן אויס אין א הילכיג געלעכטער..... קרעמער פארלאזט דאס קרעטשמע פאר א סעקונד און איר נעמט אים אויסטוען נאקעט....... אקעי נישט ממש נאקעט אבער איר פראקט אים אינגאנצן אויס.....
ווי נעמט איר די חוצפה אזוי צו באשמירן קרעמער'ן?.... ממש אזוי? ווייל ער שטייט שוין נישט ביים קאונטער מיטן פאס בראנפן מילא קענט איר אים שוין אזוי אטאקירן?....
האט ער געזאגט ער וועט באשרייבן און ער האט נאכנישט, איז וואס???... עק וועלט?.... ס'איז דאך פארט ימים טובים אויף דער וועלט.. ס'איז דא ווינציג צייט....
געדולד, געדולד.......
בום בום בום בום בום בום בום בום.... קלאפט מיין הארץ מיט א שנעלן טאקט, די טרערן שטיקן מיר ביים האלז און שטיפן זיך אפילו ארויס פון די אויגן ווינקלען, קרעמער דיין מעשה האט אויפגעטון דאס ריכטיגע און האט מיך געמאכט אסאך טראכטן....
יא יא, מ'זעמיר טאקע נישט אלט, מזעמיר טאקע נישט קיין לאגער געליטענע, ניין מיר ווערן אפשר נישט אזוי איבערגענומען ווען מיר זעען די גרויליג-שמייכלענדע דייטשן שניידן בערד פון ערליכע אידן, אבער מיר ווערן גענוג באנומען ווען מיר זעען אין די צייטונגען ווי וואלונטירן פון 'חסד של אמת' קראצן און קלויבן בלוט פון יונגע מענטשן, מיר ווערן שוין איימאל באנומען ווען מיר האלטן מיט לויות פון בני עשרים ושלושים מיט וועמען מיר האבן נאך הערשט נישט לאנג צוריק ארום געלאכט און געהאט מיט זיי א גוטן טאג, מיר ווערן שוין גאר גוט באנומען ווען מיר קוקן דורך אונזערע טעלעפאן ביכלעך -אפילו מיט די ווייסע בלעטער- און מיר שטויסן זיך אלע וויילע אן אין נאך א נאמען פון א חבר וואס שוין אין די ראצער-יארן ליידט זיך שוין צוזאם ביטערע צרות משונות פון אלע ערלייען......
הוי, הייליגער גאט אין הימל, באהיט אונז, באשיץ אונז, שטארק אונז, באלייכטער אונז, ברוחניות ובגשמיות.....
לאמיר זיך טאקע אויסבעטן א גוט זיס לעכטיג יאר.
קרעמער זאל דיר זיין צו מצוה מיין כונה'דיגער דאווענען דעם יום כיפור.....
הו!!!, קוים געענדיגט אויפשטעלן די גרויסע סוכה אינדערויסן, איך זאג אייך, ווי איר קענט אליין זען, ממש א יופי, כעין תדירו ממש, קיינער וועט אפילו נישט כאפן אז מען זיצט נישט אין קרעטשמע אליין נאר אין די סוכה, אלע טישן און בענק האט מען ארויסגעשלעפט, דעם קאונטער מיט די הויכע בענקלעך פאר די קרעטשמער (חוץ נפחא'ס בענקל, איך ווייס נישט פארוואס אבער נאך אלץ עקל איך זיך עס אנצוכאפן...), און די משקה פעסלעך זעלבס פארשטייט זיך אויך.
נו, קומט אידן לאמיר מאכן א גוטן לחיים!
ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,
אהוי!!!!!!
ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,
אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!
נאכאמאל!!... אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!
 |
|
|