| נשלח ב-2/9/2005 00:28 |
|
| |
...........איך זיך דיך!!!!!!!!!.........
'כל ישראל ערבים זה לזה', אזוי זאגן אונז די הייליגע חז"ל, און ווען חז"ל זאגן דעם לשון 'כל' מיינען זיי טאקע דאס צו זאגן, פשוט כפשוטו אז לאמיר זאגן די 'נפחא' צב"ש וואס דו ביזט א סאטמארער און ביזט ארויסגעפארן צום סאמארער רבי ז"ל'ס ציון נעכטן, ביזטו אבער אן ערב פאר 'גאנזאלעז' וואס איז אן אנטי-סאטמארער מיט אלע מפרשים זינט ער האט זיך מיט אזא העפטיגקייט אנגענומען פאר די אראנדזשע מתנחלים מיט די טלית ותפילין.
פארשטייט זיך אבער אליינס, אז 'נפחא' איז אביסל מער ערב פאר למשל 'קרעמער' וועלכער איז אויך א סאטמארער, פארוואס? פשוט ווייל קיינער קען דאך נישט קעיר נעמען פון די גאנצע וועלט, אבער אז איר באלאנגט צו איין קהילה דאן האט איר אביסל מער ערבות איינער צום צווייטן.
אבער, לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, אויב צוויי מענטשן וואוינען אין איין שטאט און זיי באלאנגען צו איין קהילה, דאן איז שוין דא נאך א גרעסערע ערבות איינער צום צווייטן, און דא וועל איך טאקע ווידער נוצן דעם ביישפיל פון 'נפחא וקרעמער', וואס זיי ביידע זענען סאטמארע, ביידע וואוינען זיי אין איין שטאט, האט טאקע 'נפחא' א גרעסערן ערבות צו 'קרעמער', און לשבח קען מען טאקע דורש זיין נפחא'ן אז ער האט טאקע ארויסגעוויזן ערבות צו קרעמער'ן און אים ארויסגעטראגן נעכטן צום ציון שלא על מנת לקבל פרס.
און, לאמיר גיין 'נאך' א שטאפל ארויפצו, אויב צוויי מענטשן דרייען זיך אין איין שול, טרעפן זיך טעגליך, זענען אטאמאטיש גוטע פריינד, דאן איז דער ערבות פיל פיל גרעסער, יא? פארשטייט איר אליינס.
כלפי מה דברים אמורים? צו וואס בלאבלע איך שוין דא אזוי לאנג מיט די 'נפחא'ישע משלים? הערטס אייך איין, מיר לעבן דא אין איין קהילה 'היימישע שטותים', מיר טרעפן זיך כמעט טעגליך, יעצט אויב זעט איר אז איינער פון די חברי הקהילה פעלט, דאן ברויכט איר שפירן אן ערבות, דהיינו 'ווי איז מיין חבר אהינגעקומען'???????!!!!!!......
דעריבער, פאר דעם צוועק האט קהל באשלאסן צו עפענען דעם 'איך זיך דיך' אפטיילונג, וואו אויב איר באמערקט אז עמיצער איז לעצטנס פארשוואונדן געווארן, וועט מען קענען דא אריינקומען און אויסשרייען מיט א הארציגן קול האלב וויינענדיג: 'וואו ביזטו איך זיך דיך'!!!!!!!!.........
נו, איז דאך יתכן אז דער ראש הקהל זאל זיין דער ערשטער שרייער, נאכדערצו אז איך האב דאכט זיך דער העכסטער קול דא, וועל איך טאקע זיין דער ערשטער.
לאמיך טיף אריינאטעמען..... הההההההה..... אקעי.....
'בן-הרחמן'!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!.........
'דיין רעב זסאארעעכח'!!!!!!!!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'גישמאקער'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'נעימלעסס'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'יונגאטש ב"פ'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
'ענק אלע וואס איך געדענק נישט ענקערע נעמען אף דע טאפ אוו מיי העד'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........
תוקן על ידי - יענטאאש - 02/09/2005 0:30:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 00:53 |
|
| |
יענטאאש וואס איז מיט הוטקע? אים זיכסטו נישט?
איך האב מורא אז די שווערע זומער האט זיך אויך אריין געכאפט אין היימישע שטותום אבער איך פארשטיי נישט פארוואס קול מבשר מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אונזערע נפטרים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 01:22 |
|
| |
מיך זוכסטו נישט??
איך זאג דיר צו אז איך קריך נישט אריס פין אינטערן באנק ווי לאנג די קומסט מיר ניט זיכען...טו מיר עפעס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 01:48 |
|
| |
לאמיר אנשטעלן דעם הויכהילכער אויף וואליום מיליאן, און זיך צושטעלן צום הילכיגן וויי געשריי פון הארצן טיפן אויסרוף וואס דער חשוב'ער ראש הקהל האט דא ערווענט:
וואו זענט איר???
נחום איש גם זו וואו זענט איר??? מיר זוכן אייך!!!
[רוב פון די וואס יענטאאש האט געזוכט, ווייס איך וואו זיי זענען... אבער משום תקנת הפורום קען איך נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע].
=========
איך האב אבער נאך א וויי געשריי ארויסצוגעבן דא
איך האב היינט צופרי ארויפגעלייגט א אשכול "א נסיעה מיט נפחא". איבער זיבעציג אידן האבן דאס שוין איבערגעבליקט אין די קורצע תקופה פון צוועלף שעה, אבער...
קיין איינער האט נישט געשפירט פאר וויכטיג אריינצורעדן, אפצופרעגן, פארענטפערן, זאגען, קאמענטירן, קאמפלימענטירן, קריטיקירן, אריינבלאבלען, זיך וואוסנדיג מאכן..
קיינער. קיינער. קיינער (איך שריי דאס, אפילו עס איז נישט 'דארק' און 'באלד').
אפילו נישט דער בעל המעשה "נפחא" אליין!!
איך פארשטיי אייך נישט? מיינט איר אז איך פאר אויף גאזאלין? אז איך קען פונציאנירן פון זעהן אז זיבעציג אידן האבן געכאפט א בליק אויפן אשכול?
הא? איך הער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 02:01 |
|
| |
קודם קרעמער, האלב פון די 70 צפיות בין איך געווען.
און אויך האב איך נישט ליב ווען מ'פראקט מיך אויס ברבים, פאר עפעס א סיבה איז דא א 'תיבה אישית'.
און די סיבה פארוואס איך האב טאקע נישט מגיב געווען איז, ווייל איך בין נאך זייער אפגעפאטשט, פון די גוי וואס האט מיך נישט געוואלט ציריק גריסן.
און צום לעצט, 'קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים'.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 05:13 |
|
| |
איך בין דאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!!!!!!!!,
(איך האף איך איך האב געשריגען גענוג הויך אז יענטאאש זאל הערן ביז אריין אין אפיס וואו ער זיצט פארטיפט איבער די דיקע זכרונות ביכער און זוכט אויף די נעמען פון אלע פארלוירענע,
איי עם סארי יענטאאש אז דו האסט געמוזט וועגן מיר ווערן אזוי הייזעריג, האסט כאטש לכבוד דעם נישט געקענט שרייען אינדערהיים אויף די יענטאאשטע און די אלע יענטאשלעך האבן געהאט א רוהיגן אווענט.....
נאר זייט די געזאלין פרייזן זענען געשפרינגען אזוי סקיי היי האב איך מיך געמוזט א שאקל טוהן און זיך צוריק נעמען צו דע ר'ארבעט צו קענען אוועקלייגן די גראשנס אין א זייט, עס איז דאך ממש פחדים עס איז שוין באלד ביליגער א פלעשל ברוינפן ווי א גלעזל נאפט,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 08:59 |
|
| |
נפחא; הייב דיר נישט אן מיט מיר (בפרט נישט צוויי אזייגער אויפדערנאכט נאך א שווערע טאג ארבעט...)!
פארוואס זאלסטו וועלן איבערליינען פינף-ע-דרייסיג מאל די נסיעה וואס דו האסט אליינס מיטגעלעבט און געשפירט אויף דיין לייב?
דער גוי איז כשר גערעכט מיט דעם וואס ער האט אנגענומען א מויל מיט וואסער און דיר נישט צוריקגעענטפערט אויף דיין "HOW ARE YOU TODAY" אומבאלומפערטע גריס... וויאזוי וואלסטו רעאגירט ווען איינער קומט צו דיר צוויי אזייגער נאכמיטאג און ווינטשט דיר א ווארימען "גוט מארגן"???
==
בן הרחמן; שלום חבר! איך האב זיך שוין אויך עטוואס גע'דאגה'ט אויף דיר...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 18:46 |
|
| |
אההה... קודם כל שלום עליכם 'בן הרחמן'...., דו האסט זיבעצן מעסעדזשעס אויף קהל'ס ענסערינג מאשין..... איך וועל נישט זאגן פאר קיינעם פון וועם....
צווייטנס 'בן הרחמן', ס'איז גלייכער זאלסט נישט אויסמישן ברוינפן מיט גאזאלין, וויל סיי ברוינפן אין דיין קאר אנשטאט גאז און סיי פאר דיר א גלעזל גאזאלין נאכן דאווענען אנשטאט ברוינפן וועט נישט זיין קיין תכלית, די קאנסעקווענצן קענען זיין פאטאל.....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 19:30 |
|
| |
אה.... oyama!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!.........
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:26 |
|
| |
קוידעם שאלעם אלייכעם
אלייכעם שאלעם
טוטסעך? וואו ביסטע געווען?
גארנישט באזונדערס. בארכאשעם מזעטצעך.
צום ווידער זען.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:30 |
|
| |
ברוכים הבאים בשם השם
בחרדת קודש מקבלים אנו בברכה את פני מורינו ומאורינו המאור הגדול לממשלת בלילה הרב הגאון, מורח ודאין, דיינו ר' זרח שליט"א שחזר ממעונות הנופש.
יהא בואו לברכה להרמת קרנינו
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:36 |
|
| |
אההההההההההההההההההההההההה..........
שסשאאאאאאאאאאאאאאאאאלללללעעעעעעעעעעעעעעמממממממםםםםםםם אאאאאאלללללללליייייייייייייחחחחחךךךךךעעעעעעעעממממממממממ אאאאאאאאאאאא אאאאאאאיטטטטטטטטטטט..........
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:38 |
|
| |
אלייכעם שאלעם ערעב יענטאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאש
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:47 |
|
| |
יענטאאש; כ'מי'דיר זאגען אז דיינע ווערטער רעדן פאר זיך אליין............ ממש ווען כ'קוק זיי אן קען איך הערן ווי דו זאגסט מיט דיין ראש הקהל'ישע שטימע אויף דעם הויכן טאן: שלום עליכם!
עניוועי"ס, דער דיין איז שוין דא, לאמיר אים פרעגן אלע קהל'ישע שאלות וואס האבן זיך געמאכט במשך די לעצטע וואך צייט וואס ער האט אונז איבערגעלאזט אויפן וואסער (עי' ניו ארליענס לואיזיענע).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 07:20 |
|
| |
יא, איינער זוכט מיך דא ?
יא . וואס ווילסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 08:13 |
|
| |
הוטקה !!!!!!! ????????
איינער האט אים געזען דא ?!
אוי! ער לעבט דאך שוין נישט........ איימסארי.......
קרעמער ?????!!!
אים'ן האט מען יא געזען ??????????!!!!!!!!
איך האב פאר אים וויכטיגע פאסט איבערצוגעבן!
|
|
|
|
|