איך האב יעצט געעפענט מיין תיבה אישית און באמערקט א בריוועל פון איינער פון די נייע מעמבער'ס אויף "היימישע שטותים". שרייבט ער מיר כהאי לישנא:
hello kramer how r u,my pc gave me trouble so i had to sent it to the co,bla bla,any way i have it back now bh,i enjoy very much reading your articels its mamesh gevaldig i can write in yidish allrady but i need to get the yidishe labels on my keybord or is there an other way? i dont know how to write on the fourm tell me please.even tho i dont think i;ll have the gutss to write in public,tell me honestlyy do u guyes here on heimish really know each other like did u really go to the tzion with a friend or is it just heimishe shtisim hope to hear from you
איך לייג עס דא ארויף, פאר אייך אלע צו זען, און צו זאגען אייער מיינונג דערויף...
בין איך יא געפארן מיט נפחא? אדער איז די גאנצע זאך א אויפגעבלאזענע נפחא?
נשלח ב-2/9/2005 18:17
אגב; ווי איר קענט זעהן, האב איך זיך שוין ענדליך דערלערנט וויאזוי מען מאכט אז די ענגלישע אותיות זאלן זיין צו לינקס פונעם סקרין, אזוי אז די ווערטער זאלן נישט צופארן...
יענטאאש; אנטשולדיגט פארן דיר מאכן נייגעריג. די מעשה מיט די גראסערי איז געווען אזוי:
איך האב נישט פארמאגט קיין גרייצער אין טאש כידוע, אבער דער מאגען האט געפאדערט דאס זייניגע, טענה'נדיג "למה נגרע"? פארוואס זאל איך מוזן הונגערן ווייל דו האסט באשלאסן צו פארוויילן אין קרית יואל א לענגערע צייט?
שוין נאכדעם וואס איך האב איר בארוהיגט מיט די היימישע מזונות און קאאלעי וואסער ביים בית החיים (וואס האט איר נאר אנגערייצט דעם אפעטיט), און אביסעלע סאדע וואסער ביי איינע פון די יארצייט סעודות אין שטעטל, האב איך איר אריינגעפירט אין איינע פון די לאקאלע געשעפטן, האפענענדיג אז איינער וועט זיך מרחם זיין און מיר בארגן אביסעלע געלט צו קענען קויפן עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ און באנעצן דאס גומען.
איך האב זיך ארומגעדרייט אינעם געשעפט לאנגע מינוטן, געזוכט און גענישטערט אויב עס דרייען זיך נישט פערצופאל עפעס פריינטליכע פנימ'ער וואס וואלטן מיר געקויפט א נאש אדער צוויי אויף זייער חשבון... (איך בין שוין געווען גע'ספויל'ט ווייל נפחא האט נישט גענומען פון מיר קיין געלט פאר די וועג, האב איך שוין גע'דמיון'ט אז כל העולם לא נברא אלא בשבילי...).
ווען איך האב געזען אז דאס איז עס, קיינער וועט מיר נישט ארויסהעלפן פון מיין נויט... האב איך געמאכט א בואי בשלום (יו-טוירן בלע"ז) און ארויסגעשפרייזט דורכן זעלבן טיהר וואו איך בין אריינגעגאנגען... און...
געבליבן הונגעריג און דורשטיג ביז איך בין אנגעקומען אהיים!!
נשלח ב-2/9/2005 18:50
און נפחא האט נישט געהאט אינעם זייטיגן לעדל פון די קאר א קען 'קאלע סאדע' מיט אביסל 'גרינ'ס קיפעלעך' דו זאלסט דיך קענען דערכאפן דאס הארץ???...
נשלח ב-2/9/2005 18:51
דו ווילסט שוין צופיל וויסן...
אפשר מיש איך זיך נישט מיט נפחא? אפשר האט עס געהאט א אנדערע הכשר? נישט די "זייגער" פון התאחדות...
אפשר האט ער געהאט "פעפסי" אדער "קאוק" אדער גאר "קאלטע טיי" וואס איך האס...
נשלח ב-2/9/2005 18:58
יענטאאש;
זארג דיך נישט, איך פלאן יא צי פארציילען וואסערע פלאפס 'קרעמער' האט געהאט, אזוי ווי ער פארציילט מיינע.
און די, ווי אזוי הייסטו פאר א שווארץ יאר;
איך וואלט דיר נישט געראטן אז די זאלסט שרייבן אידיש מיט דעם לינק, ווייל 'רבים חללים הפילה', ווי למשל 'נעימלעס' איז אריין אין משוגעים הויז, נאכן פרובירן צי שרייבן מיט דעם טייפערייטער.
העי העי וואס גייט דא פאר?, איך בין דא ראש הקהל און איך ווייס גארנישט וואס עס טוט זיך דא?, צושטייטלעך 'נפחא', קודם זע איך אז עס איז דא גאנצעטע סחורות מיט 'צוויי זייטן פון די מטבע מעשיות' פון אונטער די קוליסן איבער ענקער נסיעה. נאכער ווער איך דא געוואויר אז חוץ 'הוטקע' מיט 'אב הרחמן'ען' האבן מיר נאך 'נעימלעעס'ן' אויך אין משוגעים הויז??.
גרינ'ס קאקאש קעיק איז דאך א ליקוואוד (פליסיגקייט) ווי יעדער ווייסט, האב איך דאס געוואלט צוטרינקן נאך די קיפעלעך... נאר איך בין מסופק געווען אויב מען ברויך מאכן א שהכל דערויף אדער גאר אן אשר יצר... ממילא בין איך געווען אויף געהאקטע צרות...
נשלח ב-2/9/2005 19:17
אקעי קרעמער, אבער למעשה הער איך דאך אז מען האט געבלאנדזשעט אהער און אהין, נו פון די אלע פלעצער ווי עטס זענטס געווען האט איר נישט געטראפן א פלאץ ווי מען פארקויפט אביסל וואסער צו טרינקען?
נשלח ב-2/9/2005 19:22
דער ריינער אמת: איך האב געהאט גענוג פלעצער וואו צו עסן און/אדער טרינקען, פעלן מיר דען מחותנים אין מאנרא?
איך האב זיך פשוט געוואלט אויסהונגערן פאר די פיינע גולאש מיט פאטעיטאס וואס האבן מיר אפגעווארט אין שטוב אהיימקומענדיג...