אזוי אויך דער וואס רעגט זיך, ער מיינט ער וועט עפעס אויפטאן מיט די רעגעניש, דערווייל איז "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא" ער בלייבט מיט די רעגעניש, און פארדינט גארנישט פון די גאנצע זאך!
2) די רעבעצין פונעם אמרי אמת זצ"ל (גור) איז אמאל געפארן אויפן באן אינאיינעם מיטן הייליגן חפץ חיים זצ"ל. אינמיטן וועג איז זי צוגעגאנגען צום חפץ חיים און זיך פארגעשטעלט אז זי איז די רעבעצין פונעם אמרי אמת. דער חפץ חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר איר אלץ "אשת חבר כחבר".
דאן האט זי געבעטן אז דער חפץ חיים זאל אנווינטשן איר זוהן (דער פני מנחם זצ"ל) אז ער זאל זוכה זיין צו יראת שמים.
3) א בחור איז אמאל אריין צום גור'ער רבי דער פני מנחם זצ"ל און זיך אפגערעדט אז ער האט "נסיונות".
האט אים דער רבי געענטפערט: נסיונות האבן זייער אסאך מענטשן. מען דארף נאך אכט געבן נישט אדורך צו פאלן קיינמאל אין לעבן!!!
נשלח ב-5/9/2005 02:02
אז מען רעדט שוין אזוי פון אזאנע סטיל ווערטלעך, האב איך אמאל געהערט נאכזאגן איך געדענק נישט בשם וועמען, אז ס'איז פארהאן פארשידענע "אזויווי'ס", למשל ווען איינער עסט א קאצקאץ ציקער פון א פדיון הבן איז 'אזויווי' ער פאסט פערציג טעג, וכדו' לו איז פארהאן א שלל מיט "אזויווי'ס" וואס מענטשן האבן זייער ליב, זאגט יענער אז די אלע סגולות העלפן נאר אויף די 'אזויווי' עבירות ווי למשל די 'כל הכועס "כאילו" עובד עבודה זרה' וכדו', אבער אויף די 'געהעריגע' עבירות נוצט קיין 'אזויווי', אויף דעם העט מען כאפן א 'געהעריגע' גיהינום.......
תוקן על ידי - יענטאאש - 05/09/2005 2:14:16
נשלח ב-5/9/2005 02:10
א איד א עושר איז אמאל געקומען צום הייליגן "חפץ חיים" און האט אים געוואלט פארשלאגן א געשעפט. איך צאל איין פארן רבי'ן כך וכך געלט - זאגט דער איד פארן ח"ח - אז נאך מיין הונדערט-און-צוואנציג זאל דער רבי לערנען משניות לטובת נשמתי.
זאגט אים דער חפץ חיים: אויב זיכט איר עפעס זיך איינצוקויפן לטובת אייער נשמה אויף נאך די הונדערט-און-צוואנציג האב איך פאר אייך א בעסער געשעפט
פון היינט און ווייטער זעצט אייך אליין אראפ לערנען משניות לטובת אייער נשמה...
נשלח ב-5/9/2005 03:14
a rebbe was asked one of his chassidim an "alter bucher" that the mishne says be shmoneh esreh l'chipeh? what are you waitng for? the bucher replied that he is davening a long "shmone esreh" the rebbe replied "if you daven a long shmone esreh you will farpass kedisheh.