אגב; עס זענען דא צענדליגער אזעלכע סארט 'אראפלאדענען' קאמפאני'ס (דאנקי וכדומה) אבער אויב מען נעמט זיך איבער די ביינער פון קאזא, קענט איר גערישט זיין אז די אנדערע וועלן נישט בלייבן אומבארירט.
נשלח ב-6/9/2005 03:07
אודאי נאטורליך, אזוי ווי די זאגסט, עס קומען גוטע טעג!, גראדע ווענדט זיך פאר וועם, איך מיין פאר דיין שכן וואס האט מער ליב געהאט די וואכן טעג פונעם זומער וועלן די קומענדע צייטן זיין נישט עפעס אזוי איי איי איי....
תוקן על ידי - יענטאאש - 06/09/2005 3:09:34
נשלח ב-6/9/2005 03:11
מוזיק וויל איך נישט זעהן, איך וויל עס דאונלאודען צו מיין mp3 פלעיער.
אמת עס זענען פארהאן אנדערע אבער קאזאא איז געווען גאר בעטעמ'ט און user friendly
נשלח ב-6/9/2005 05:48
יענטאאש; דו ביסט 'אומגלויבליך' (אנבעליוועיבעל) מיט דיינע תיקונים... אפשר ביסטו א ברסלב'ער? אין ברסלב פאנגט מען ראש חודש אלול אן צו זאגען די תיקוני זוהר...
'קאזא' איז זייער 'נוצער-פריינדליך'... איך פלעג דאס באמת אסאך נוצען... איך האב זיי צו פארדאנקען (באשולדיגען) אין די הונדערטער מואוויס וואס איך האב זיך אנגעקוקט די לעצטע דריי יאר.
אז מ'רעדט שוין פון מואוויס. איך האב פאריגע וואך געזען "ספענגליש" אויף די רעקאמענדאציע פון א חבר (פערצופאל דער זעלבער ווי אויבן). איך מוז אייך זאגען אז איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון. "פלאר" איז גוט. און "אדם סאנדלער" איז אויך גוט. אסאך ערנסטער ווי זיינע געווענליכע פילמ'ס, אבער זייער גוט.
הגם די מעשה וואלט געמעגט האבן אביסל מער "געווירצן", אבער ווי עס שטייט און גייט איז עס נישט אוועקצומאכן. אויך די ניגון (טיע"ם) דערפון איז זייער צום הארצן.
וואטעווער (כאילו איינער איז נייגעריג אין מיינע 'מואווי ריוויוס').