|
|
| נשלח ב-6/9/2005 23:44 |
|
| |
איינפאכע דערמאנונג פאר אונזער ארענדער
איינפאכע דערמאנונג פאר'ן ארענדער
העיויס דער כאשעווער ארענדער און וועהאשייני בעדוימע לוי אונזער כאשעווער ראשעקאל האבן זיך גענומען - מיט זייער אייגענע הענט - די מעגליכקייט אריינצוטרעטן אין א מעסיקענ'דיג, בלאטיג, פלאץ... (גיי פארשטיי נאך וואס דאס האטזיי אויסגעפעלט?. שוין פארפארלן, וואס מ'טוט טוט מען פאר זיך אליין), ווילן מיר זיי דערמאנען דא די תקנות הפארעם (וואס "זיי" האבן ארויפגעלייגט אויף אלע אונזערע מעמבער'ס) וואס זיי דארפן צו וויסן, איידער זיי טרעטן ארויס פון די בלאטישע ערטער און שארן זיך צוריק אריין צו אונז אין שול...
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1485116
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1495838
עס געפינען זיך נאך פון 'זייערע' תקנות פארווארפן צווישן די אשכולים בנוגע די 'זאמדיגע שטויב'...
זיכט דאס אויף און כאזערט דאס אייך גוט איין.
וועלאמאזהיר וועלאניזהאר שלוימים טיין קעמיי נאהאר
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 00:13 |
|
| |
'אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעיניך' זאגט אויף דעם יענטאאש 'וכן במוסר וקריטיק והערה וכדומה'.
זייער גוט מעורר געווען טייערער דיין, זארג זיך נישט זארג זיך נישט, מיר זענען נישט געגאנגען אהין זיך צו אנטוען שטיוול און הענטשעך און זיך פייטן ווי די מתנחלים מיט די צה"ל, מיר זענען בלויז געגאנגען אהין צו פארקויפן אונזערע סחורה און אויפארבעטן אונזער פורם אזויווי קרעמער האט טאקע מעורר געווען יאמאמיי'ען צו טאן אין איינע פון די לינקס וואס דו ברענגסט צו, און ווי דו קענסט טאקע זען האבן מיר ביידע צוגעשטעלט א לינק דארט צו אונזער פורם, און קרעמער ווען ער האט געמאלדן נייעס האט ער אויך צוגעלייגט דעם 'ק.נ.א.' אונטערשריפט, און דאס איז איינס פון די ערשטע אין א סעריע פון אדווערטייזמענטס וואס מיר פלאנעווען צו מעלדן דארט כדי להגדיל 'היימישע שטותים' ולהאדירה, און זארג זיך נישט, דו וועסט נאך אלץ ליינען די סמעטענע פון 'קרעמער' און 'יענטאאש' עקסקלוסיוו דא בהיכל בית מדרשינו.
לעבן זאל 'היימישע שטותים'!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 00:32 |
|
| |
נע... זארג זיך נישט נפחא'טשע, איך האב שוין געמאכט אן 'אשר יצר' און קרעמער גיט אבאכט נישט זיך שמוציג צו מאכן, קיינער איז נישט פארשמירט און קיינער איז נישט פארשטויבט, ס'מאכט זיך נאר אמאל אביסל ווי מ'זאגט 'ביזי צייטן'.....
און אדרבא, אז איר זעט אמאל אז עמיצער איז פארנומען און ער האט ווינציגער צייט צו מהנה זיין דעם עולם, דאן נעמט 'איר' אים איבער פאר אביסל, לאזט אייך הערן!!!... ווארט נישט אלעמאל אז 'יענער' זאל שרייבן!!...
קיעפ דע מאראל היי!!!!... לעבן זאל 'היימישע שטותים'!!!........
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 00:48 |
|
| |
וויאזוי ווילסטו איך זאל אים איבערנעמן???
איך בין דאך א פלעינע פשוט'ע נפחא...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 02:42 |
|
| |
האלאו, דו זאגסט דאך אליין וואס קרעמער האט געזאגט אויף דיר:
'ער איז שוין גארנישט אזא נפחא'...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 16:22 |
|
| |
איך האב שטארק הנאה אז דער דיין האט זיך גענומען די מיה - טראץ די פארנומענקייט פון די טעג, ווען אלע קאנטרי מענטשן קומען אהיים מיט פולע ענוועלאופס מיט שאלות... - און אונז מעורר געווען אז מיר זאלן זיך חלילה נישט אפלערנען פון די שכינים אין חדשות אנ"ש.
באמת, אין מזרזין אלא למזורזין, מיר אליין ווייסן ב"ה וואו איין און וואו אויס. ווען מיר האבן געבעטן און באקומען רשות, האבן מיר געהאלטן פאר אונזערע אויגן איין וויכטיגע נקודה:
קיינמאל, קיינמאל, קיינמאל, זיך נישט אריינמישן אין קיין חסידישע-פאליטישע שמועס!!!
דאס איז אונזער פאליסי פון אייביג אן, און דאס וועט אי"ה פארבלייבן אונזער פאליסי אויף ווייטער.
מיר האבן נאר געקלערט אז עס קען זיין א תועלת אריינצואווארפן אפאר 'נארמאלע' ווערטער אין דעם חדשות אנ"ש פורום, אז דער עולם דארט זאל איינזען אז מען קען רעדן פון אנדערע זאכען אויכעד. מען ברויך זיך נישט ווארפן זאמד אין די אויגן יעדן מינוט פון טאג.
קרעמער
בשם יענטאאש אויך.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|