ר' קרעמער לכאורה ביסטי זיך סותר מינה וביה,די הייבסט אן שרייבן מיטן פרעגן צי די נומער 34 איז מיין יארגאנג ,איז דאך פשט אז עפעס אינטערסירט דיך דא , און איין שורה נאכדעם שרייבסטי מאי נפ"מ צי מיר זענען קרובים וכו' דארפסט מדקדק זיין וואס די שרייבסט ווייל די גאנצע וועלט (אפשר א שטיקעל גוזמא) ליינט מיט אינטערעס דיינע ארטיקלען
ר'נפחא היקר ישר כוח פאר דיינע דברי חיזוק עס האט שוין געניצט
נשלח ב-12/9/2005 07:39
די נאמען איז זאב וואלף
ברוחים אנטשולדיגט ברוכים הבאים ר' בענקל 43
זאל זיין מיט ברכת עלה והצלח. ובכל שתפנה שתצליח אמן
נשלח ב-12/9/2005 14:16
בענקל; איך זעה נישט די סתירה דא... ווען איך פרעג אויב איר זענט 34 יאר אלט מיינט דאס נישט אז איך וויל פלוצלינג זיך משדך זיין אייך וכדומה... עס איז פשוט א נייגער. פונקט ווי איך ברעך זיך נאך יעצט קאפ צו פארשטיין וואס 'יאגעלע' מיינט...
נשלח ב-12/9/2005 18:28
בענקל; דו שרייבסט אז די גאנצע וועלט ליינט מיט אינטערעסע מיינע ארטיקלן...
האלטסטו טאקע אז אין רעוואנדע זיצן די הוטו'ס מיט די טוטסי'ס בינעזאם איבער אן אלטן קאמפיוטער און ברענגן ארויף מיינע שטותים צו ליינען? האלטסטו אז די עסקימא'ס אין אלאסקא אדער אנטארטיקע האבן אויפגעהערט האקן אייז און פאנגן פיש און פארברענגן מיט היימישע שטותים? האלטסטו אז די צפון קארעאר פארגעסן אביסל פון זייערע ליידן און פארטיפן זיך אין א געשמאק שטיקל היימישע שטותים? אז די פאלעסטינער שטעלן זיך אפ אינמיטן פארברענען די פארלאזטע מתנחלישע בתי מדרשות און זעצן זיך איבער א האלאל פלייש סענדוויטש מיט א פעקל ארויסגעפרינטעטע היימישע שטותים דאקומענטן אין די זייט? אז די קובאנער זיצן ביים ברעג ים און שטעלן זיך אפ אינמיטן די שווערע ארבעט פון פארוואנדלן אן אלטן באס צי א שיף מיט רעדער, אינמיטן פאררויכערן די קובאנע ציגארן, און כאפן א בליק אויף היימישע שטותים? אז יוגא שאוועז געט אוועק פון זיין טייערע צייט צו הערן וואס 'קרעמער' האט צו זאגן?
איך זעה אז קיינער האלט נישט ביים שרייבן היינט, מוז איך שרייבן אנשטאט יעדן איינעם.
נשלח ב-12/9/2005 18:37
קרעמער
שעכועך פארן שרייבן אנשטאטס מיר היינט בין איך טאקע אביסל פארנומען
נשלח ב-12/9/2005 18:38
דארפסט שנעל טוישן דיין ניק...
דובר שקרים לא יכון לנגד עיני
נשלח ב-12/9/2005 23:02
Krammer may I guess why you picked rewanda for the first example? Did you maybe finish to see latley the Hotel story?o
Just trying to get you back to the reviews that I loved so much
נשלח ב-13/9/2005 00:10
גוט גע'געס'ט בי-חסיד; איך האב היינט געענדיגט האטעל רעוואנדא, און איך האב נאכנישט געשריבן די 'רעוויו' צוליב איין סיבה: איך בין פארלוירן פאר ווערטער!
פון אנהייב האב איך געמיינט אז מען מוז זיין א שחור, אדער א שחור ליבער, כדי ליב צו האבן די פילם, אבער ווי מער אריין אין די מעשה האב איך אנגעהויבן איינצוזען אז עס איז א געלונגען שטיקל ארבעט.
די ניגונים אין די בעקגראונד זענען אפריקאניש, וואס זענען גאנץ אינטערסאנט (פאר מיר עכ"פ). ווער עס ווייסט, האט דזשאן וועין אויך איין פילם אין אפריקע, און דארט קען מען זען אביסל פון זייערע מאדנע ניגונים און טענץ (דזשאן; ביסט דאך א מעמבער ביי אונז, זאג אונז וועלכע פילם דאס איז, איך געדענק שוין נישט).
'פאול' - דער העלד פון די געשיכטע - האט אנגעפירט א האטעל בעת די 'גענאסייד' (פעלקער מארד) איז פארגעקומען צווישן די הוטו'ס און די טוטסי'ס (בעסער געזאגט: בעת די הוטו'ס האבן אויסגעמארדעט מיליאנען טוטסי'ס פאר די איינע חטא אז זייערע נאזלעכער זענען עטוואס ברייטער ווי די הוטו'ס'ס...), און אדאנק דעם איז אים געלונגען צו ראטעווען הונדערטער טוטסי'ס פון מאסן מארד.
ענדליך האט זיך איינער דערמאנט פון מיר, איך האב מיך שוין מייאש אז איינער זאל מיך נאך זוכען, אבער אט האט אונזער כאשעווער מענאהעל זיך וויסנדיג געמאכט פון מיר און מיך אויפגעוועקט פון מיין דרימל,
יעצט צום ענין דער פילם פון מיר (אין פאריגען גלגול) אין אפריקע אויב דו מיינסט דאס מיטן אפריקאנער דזשאנגל וואו מען כאפט די חיות דאן איז דאס HATARI אדער אפשר מיינסטו DONOVAN'S REEF דארט דאכט זיך מיר הערט מען אויך די אפריקאנער זינגען, איך האב שוין געהערט די אפריקאנער אסאך מאהל אויף די דזשעימס באנד פילמס (פון די 70'ציגער און 80'ציגער און אנהייב 90'ציגער יארן)
נשלח ב-13/9/2005 01:05
עליכם;
איך רעד פון HATARI
די ניגון פון 'האטעל רעוואנדע' גייט מיר נישט ארויס פון קאפ... עטשובאניזאמינאקוטוריעסאדני האמעפייאלעמדיוואזעכעלימאטא