איך בין אויפגעברויזט
מעשה שהיה כך היה:
א איד רופט אן אין אפיס פון ק.נ.א. און בעט זיך ברחמים, היות ער מאכט חתונה, און א גאר נאנטע קרוב זיינע איז ליידער צוגעבינדן צום בעט שוין זייער א לאנגע צייט, וויל ער אראפכאפן די חתונה אויף ווידיא און דאס אויפשפילן פאר זיין קרוב וועלכער וועט זיך שטארק פרייען.
אבער - זאגט מיר דער איד - דער מחותן איז א שטארקע פרומער, און אן א היתר פון א רב אויף די איסור פון 'ווידיא' איז ער נישט מסכים אז מען זאל אפפילמען די חתונה.
על כן - בעט ער זיך מיט טרערן אין די אויגן - היות ק.נ.א. איז באקאנט מיט אירע אויפטוען פארן ציבור (...) בעט איך אייך איר זאלט מיר ערלעדיגן אזא היתר פון א רב.
אומר ועושה, מיר האבן נישט געטראכט קיין צוויי, גלייך אנגעקלאפט אין עטליכע טירן פון רבנים, זיי דערציילט דברים כהווייתן, און...
1. איין רב האט געזאגט: נישט שייך צו געבן קיין היתר אויף א זאך וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך גדולי ישראל פון פריערדיגן דור!
הגם עס איז "עת לעשות לה'" מען רעדט פון אן הוראת שעה, א קראנקער איד וכדומה, אבער עס איז נישט שייך צו געבן קיין היתר.
2. א צווייטע רב זאגט: א רב וואס געט נישט קיין היתר דערויף, איז נישט ראוי צו זיין א רב ביי אידן!
מיר האבן איבערגעגעבן די צוויי ענטפערס פאר דעם שואל.
צוויי טאג דערויף ווענדט זיך דער איד צו אונז נאכאמאל, אז דער פרומער מחותן איז נאך אלץ נישט צופרידן. ער זאגט אז מען קען נישט מאכן קיין ווידיא ביי די חתונה. דער איד בעט זיך ביי אונז מיר זאלן זיך ווענדן צו אידן וואס קענען משפיע זיין אויף דעם מחותן.
מיר האבן פרובירט שתדל'ען ביי גרויסע עסקנים און שתדלנים, אידן וואס זענען עוסק אין די באדערפענישן פון חולים ומשמשיהם ר"ל. אבער ליידער זענען די אויערן דארט געווען פארשטאפט (און - מיר זענען זיך מודה ומתוודה - ליידער זענען מיר געווען זייער פארנומען מיט א געוויסע ענין, האבן מיר נישט געטאן 'אלעס' וואס איז געווען ביכולתינו).
די חתונה איז פאריבער.
איך פרעג היינט דעם מחותן: נו, וואס איז געווארן מיט דעם פראבלעם?
זאגט ער מיר אזוי: דער פאטאגראפירער איז געקומען. ער האט אפגעכאפט בערך פופצען מינוט פונעם טאנצען. דאן איז דער מחותן צוגעקומען צו אים און געזאגט אז אויב ער גייט נישט אוועק וועט ער אים צוברעכן די קאמערע!!!
און איר וואונדערט אייך פארוואס מיר זענען אויפגעברויזט?
 |
|
|