בית פורומים היימישע קרעטשמע

באשלוס: שינוי השם!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2005 01:28 לינק ישיר 

בןהרחמן

איז עפשער איינער פון די פרייליכע טענצער דא אויפן בילד נחמן נטע פון האלץ קאמער?

פארוואס פרעג איך אייך?
ווייל ביידע, דער בילד און דער מקור פון נחמן נטע פון האלץ קאמער, שטאמען פונעם זעלבן אויסגאבע.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 1:27:46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 21:26 לינק ישיר 

ערעב זארעכ איך ווייס נישט פון וועלכע אויסגאבע דו רעדסט אבער די בילד האב איך שוין באקומען א לאנגע צייט צוריק פון א חבר מיינער און איך האב עס יעצט ארויסגענומען לכבוד די חנוכת הבית פונעם קרעטשמע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 21:55 לינק ישיר 

בענהאראכמאנ

איך מיינ די אויסגאבע פון:

אּין סֶערְיע פוּן דֶערְצֵיילוּנְגֶען פוּן צַדִיקִים

ארויסגעגעבן דורך:
מְנַחְם מְנְדל

באארבעט לויט מקורות דורך:
בְּרָכָה קְנוֹיבְּלאָבִיץ


געדענקסט עס נאך???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 22:00 לינק ישיר 

א שאלה צו איך געדענק? דעמאלס איז נישט געווען בעסערס מיט וואס צו שטופן די צייט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2005 00:17 לינק ישיר 

זארעחך:

דו מיינסט אודאי די אויסגאבעס פון מנחם מענדל און קנובליץ'ן ווי זארוואכעס פלעגן זיך אראפלאזן און פריצים פלעגן פארן מיט אויסגעבעטענע קארעטעס אהיים צו זייערע פראכטפולע פאלאצן מיט די רויטע טעפיכער וועלכע האט זיך געפונען ביי זיי אין דארף לעבן דעם גוט ווי עס האבן זיך געדרייט פילע שאף און רינדער, און אין וועלכן זיי האבן געמאכט גרויסע באלן ווי עס האבן זיך באטייליגט אלע פריצים און פריצעטעס פון אלע ארומיגע דערפער אנגעטון אין טייערע אנצוגן וואס זיי האבן געקויפט ביי 'משה נחום דער שניידער' און ביים באל האבן באדינער געטיילט געשמאקע געקעכצן אין טייערע שאלן צו איינבייסן און עס האט זיך געגאסן בראנפן און טייערע וויינען מיט וועלכע די פריצים פלעגן זיך אנשיכור'ן און נאכן בארעדן די אידן פלעגן זיי הוליען אין די נאכט אריין ביז מען פלעגט ברענגען מאשקען און דאן האבן זיי געליטן א מיאוסע מפלה נאכדעם וואס מאשקע'ס ווייב איז געלאפן צום רבי'ן און געיאמערט אז איר מאן איז אין א צרה און דא וואקסט די טאכטער שוין אונטער און מען דארף האבן נדן און דער רבי האט געזאגט מען זאל פארן קיין ראדאשיץ און דארט וועט קומען די ישועה און אויפן וועג האט מען אנגעטראפן שיינדע דעם ראש הקהל'ס ווייב און ווירקליך איז דער מאן געראטעוועט געווארן נאכדעם וואס דעם פריצנ'ס איינציגע טאכטער איז געווארן געלעמט און זינט דאן האבן די פריצים שוין געקוקט מיט גרויס עהרפורכט אויף די אידישע געמיינדע און זיי האבן מבטל געווען אלע גזירות ביז מנחם מענדל'ס נעקסטע מעשה......

די אויסגאבע מיינסטו????.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2005 01:16 לינק ישיר 

יא, יא, דאס מיין איך טאקע. און לכאורה דארט איז דער מקור פון "נחמן נטע פון האלץ קאמער".

BTW וואס האסטע עפעס ארויסגעלאזט 'דעם קליינעם שאול יצחק'??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2007 16:15 לינק ישיר 

מזל טוב מזל טוב, יוא זכרונות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/7/2007 06:31 לינק ישיר 

 How about די דריי ברודער?
אוי איז דאס א בוך!
די גרעסטע אקטיארן וועלן דאס נישט קענן אויפשפילן
די מענטשן פרעסער \ די גלאנציגע מעסער אויפן שיף גאנץ אויבן אויף צפון..
איך קען שוין נישט איינשלאפן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > באשלוס: שינוי השם!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.