נשלח ב-13/9/2005 05:25
וואס איז געשעהן מיט ק.נ.א. עס איז שוין א נאכט בעפאר די פריימעריס און ק.נ.א. האט זיך נאך גארנישט געלאט הערן מיט אנווייזונגען פאר די פריימעריס וויאזוי קענען מיר גיין צו די וואלן אן וויסן וועמען ק.נ.א. אינדארסירט, סא פליז קיפ אפ יור וואוס ענד לעט די ווארלד נאו יור אפיניען
נשלח ב-13/9/2005 06:41
בן;
רוב עולם (פרעג מיר נישט פון וואו איך ווייס) וואוינט נישט אין ברוקלין!!! אויטאמאטיש איז זיי נישט אינטערסאנט פאר וועמען מיר גייען אי"ה שטימען מארגן (אויב מיר גייען בכלל זיך נעמען די מיה און ארויסגיין שטימען).
פאר מעיאר וועל איך אי"ה שטימען פאר בלומבערג, ווייל איך שטים פארן געווינער, כידוע.
עס איז איין נפקא מינה וועלכער דעמאקראט גייט מארגן געווינען די פריימערי'ס, בלומבערג האט די זאך אין די האנט!
אויב איר וועט מיר צווינגן צו אינדארסירן איינעם, וועלן איך אייך זאגען ווי פאלגענד:
מעיאר: נישט 'פערער' (נישט ווייל איך בין א ראסיסט ח"ו, נאר איך האלט אז ער דערמאנט צופיל פון די געווענליכע אלטע פאליטישאנ'ס וואס מיר פלעגן אמאל האבן, צב"ש מארגארין (מארק גרין) פיטער (וואלאן) וכו' וכו'. מיר האבן געשטימט פאר בלומבערג ווייל מיר האבן געוואלט אן אויסעווייניגער (אוטסיידער) איינער וואס רעדט זיך נישט איין אז מיר זענען זיינע אינטערטאנען און ער קען פון אונז טרייבן קאטאוועס (וואט-עווער דאס מיינט).
אויך נישט 'גיפארד מילער' ווייל ער איז יונג, אומערפארן, האט נישט אויפגעטאן עפעס ספעציעל אין די לעצטע דרייסיג יאר וואס ער דרייט זיך ארום אויף דער וועלט (אויסער אנפירן די סיטי קאונסיל וואס דאס פארלאנגט נישט קיין ספעציעל אייגנשאפטן).
אויך נישט 'ווירידזשיניע פיעלדס' ווייל זי איז סתם א גרויסע שווארצע פרוי (דא שפילט שוין יא מיין ראסיזם).
בלייבט איבער 'ענטאני ווינער'!
פאר פובליק אדוואקאט: בעטסי גאטבאום (איינער לויפט אפילו קעגן איר?). ווייל די בענקל איז שוין אויסגעפארעמט לויט איר 'שעיפ', לאז זי שוין בלייבן, סייווי איז דאס א טיטל אן א מיטל...
פאר דיסטריקט אטוירני פון ברוקלין: מארק וואט-עווער. דער עיקר: נישט 'טשארלס היינס'.
ליינענדיג די נייעס באריכט די לעצטע יארן (זינט איר ערשיינונג) האב איך זיך ערווארבן אזא האס צו דעם מענטש, אז עס איז אומבאשרייבליך. כסדר זעה איך נאר זיינע אונטערגעשטעלטע פיסלעך ביי יעדע זאך, אנגעהויבן פון יענקל ראזענבוים און געענדיגט ביי גדעון באש.
וואס נאך ווילט איר וויסן?
נשלח ב-13/9/2005 07:40
Jhon Sampson for District Attorney
נשלח ב-13/9/2005 20:20
RICHARD VELASQUEZ אנטקעגן דעם אידישן אנטיסעמיט מארטי נידעלמאן, דאס איז זייער א וויכטיגע שטימע אפצוגעבן,
און וואס דו זאגסט ווועגן בלומבערג פארשטיי איך נישט אינגאנצן, מילא אז דו ווילסט זיין אויף די געווינער זייט איז איין זאך (דו קענסט נישט אויסהאלטן קיין דרורכפאל) אבער זאגן אנדערע וועלן זיך פירן כאילו מיר זענען זיינע אונטערטאנען, קוקט אויס ווי בלומבערג טוהט דאס נישט, פרעג איך דיר מאכט דען נישט בלומבערג כסדר פאטאש פון אונז צי מיט די טיקעט געטיילאכטץ אדער שטייער העכערונג און בפרט יעצט ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך געפירט ווי א הארטע ניס וואס ווילאנג מען האט איהם נישט אנגעוויינט די אלע רבנים האט ער זיך אויסגעלאכט.
נשלח ב-14/9/2005 02:32
למעשה האב איך געשטימט אזוי:
ענטאני ווינער = מאיאר
בעטסי גאטבאום = פובליק אדוואקאט
לארענס קניפעל = סאראגעיט ריכטער
מארק פיטערס = דיסטריקט אטוירני
סענדרא ראפער = סיוויל קאורט ריכטער (קאונטי)
ריכארד וואלעסקוועז = ציווילע קאורט ריכטער (דיסטריקט)
נשלח ב-14/9/2005 08:50
איך האב געשטימט כמעט די זעלבע ווי אונזער ארענדאר, מיט די שינויים:
דזשאן סעמפסאן = דיסטריקט אטוירני
(ווייל ער איז געווען דער ערשטער העכער טשארלס היינס)
סילוויע אש = ריכטער סיוויל קאורט (קאונטי)
ווייל זי איז געווען אינדארסירט פון די חרדישע ארגאניזאציעס
אגב פארשטיי איך נישט אויב דער טשארלס היינס איז טאקע אזא פארביסענער פארוואס די חרדישע ארגאניזאציעס האבן איהם אינדארסירט
נשלח ב-14/9/2005 14:39
הער אויס - בן הרחמן - לאמיר דיר מסביר זיין;
וועגן בלומבערג וועלן מיר רעדן אי"ה איידער די וואלן, יעצט איז אין פלאץ צו רעדן וועגן פערער אדער ווינער.
פערער איז אן אלטגעזעסענער פאליטישאן, נאך פון דוד דינקינס צייטן אדער פריער גאר. זיי האבן געמיינט אז כדי צו פירן די שטאט ברויך מען האבן גוטע פארבינדונגען אין די דעמאקראטישע בירוקראטיע. בלומבערג האט געוויזן אז מען קען געווינען אנע דעם אויכעד. דער וואס האט די מאה האט די דעה און די שטומע.
למעשה; ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט זיין ראן-אף'ס, דאס מיינט אז ווינער מיט פערער וועלן זיך פארמעסטן. עס איז צי פרי צו זאגען ווער פון זיי וועט ארויסקומען שטארקער, אבער דאס איז כמעט זיכער אז ווער אימער עס וועט געוואונען, וועט זיין אזוי צוקאלודזשט אז ער וועט זיך שווער קענען פארמעסטן מיט בלומבערג.
עס איז א שמחה און פרייד אז מארטי נידעלמאן האט נישט געוואונען, הגם (שוין, לאמיר נישט אריינגיין דערין).
אויך; די סיבה פארוואס איך האב געשטימט פאר "סאנדרא ראפער" ווייל זי איז געווען א נאמען וואס איך האב געדענקט פון פיר יאר צוריק. 'טערסאנט איז דאן האבן די חרדישע קהלות איר אינדארסירט אקעגן טשארלי היינס (אדער קעגן א צווייטן, מיין זכרון דינט מיר עפעס נישט געהעריג אין די נושאים), זעהט אויס אז צייטן בייטן זיך און מ'קען נישט אויסרעכענען וויאזוי די אזויגערופענע חרדישע קהלות רעכענען אויס זייערע שריט.
א פוסטע נארישקייט - לעניית דעתי - איז געווען צו אינדארסירן גיפארד מילער, אן אפגעריסענער וועלכער האט קוים געוואונען צען פראצענט פון די שטימען. וואס קלערן זיי? וואספארא טובה קענען זיי ערווארטן פון דעם ראצער?
פאר מארק פיטערס האב אויך געשטימט צוליב איין סיבה: ס'איז מיר געפאלן געווארן זיינע קאמפיין עד'ס אויף די פאסט, וואו ער שרייבט זייער פאזיטיוו אז דער אטורני דזשענעראל שפיצער האט אים געשטעלט אויף אסאך קרימינאלע קעיסעס און ער האט זיי באזיגט. האב איך געקלערט אז ער איז דער פאסיגער קאנדידאט. למעשה האט ער פארלוירן. גייט מיר נישט אן.
א גוטען טאג
נשלח ב-14/9/2005 21:43
ujo האט אינדארסט היינס ווייל זיי האבן מורא געהאט פון אים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.