|
|
| נשלח ב-20/9/2005 17:29 |
|
| |
די לעגענדע אז רינג ארינג א ראזי קומט פון ע"ז איז שטותים והבלים איינער האט מיר יעצט געברענגט א צעטל פון ענגלענד וואס ער האט אויפגעפיקט און איינע פון די טוריזם פלעצער און דארט שטייט פשט אז פאר אפאר הונדערט יאר צוריק איז געווען א מגיפה און ענגלאנד און עס האט זיך אנגעהויבן מיט א RASH אויף די האנט און פארם פון א רונעכיגע רויז וכו' וכו' און די רפואה דערצו איז געווען אז מען לייגט אויף דעם אש או טאמער מען לייגט עס נישט איז מען אראפגעפאלן טויט
יעצט זינגטס ענק אלע אונטער די ניגון וועטס עטס זעהן אז די גאנצע ניגון שטימט כפתור ופרח
גענוג געווען נישט יעדער זאך וואס מען ווייסט נישט זיין מקור קומט פון ע"ז און טאמער מען זינגט עס גייט מען ווערן א קעצי ווען משיח קומט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 17:52 |
|
| |
הוטסטאר;
יישר כח פאר די אינפארמאציע. אפשר ביסטו אזוי גוט און דו לייגסט ארויף א לינק צו אט דעם צעטל אדער אינפארמאציע פון ענגלאנד???
אדער שרייבסטו איבער ווארט-פאר-ווארט וואס עס שטייט דארט.
ווייל איך כאפ נישט פונקטליך די תוכן פונעם ניגון, אפילו נאך דיין שיינע ביאור.
אגב; שלום עליכם! נאדיר א גלעזל וויסקי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 01:56 |
|
| |
ביי אונז פלעגט מען זאגן,
ביי ביי קארעלע קענסט דיך נישט אריינכאפען לאלאלא קישקיש
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 19:46 |
|
| |
יישר כח בן הרחמן;
איך האב געוואוסט אז איך טוה ריכטיג ווען איך האב דיר מכבד געווען נאכצוזוכן די זאך.
==
קינדערישע גערעדאכץ:
אלע גארבידזש-מענס זענען מאפיא'ס... בפרט די מיט די גרינע בענדלעך ארומגעבינדן אויפן קאפ. זיי קענען אריינווארפן קינדערלעך אין די בעק פון די טראק און זיי אראפ'פלאש'ען...
אוי פלעגן מיר ציטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 14:43 |
|
| |
'מעשיגע מעטארע'.....
אדער ווי די מיידלעך פלעגן עס בעסער אויסציען 'מעשיגע מעטארעהעהעהעהע'.......!!!...
(נ.ב. עס קען זיין אז דאס באלאנגט אויך ביים אשכול 'וועלטס טעותים', איינער ווייסט וואס עס מיינט 'מעטארע'..)
(אנטשולדיגונג: ס'קען זיין אז איינער האט דאס שוין אויפגעברענגט דא אין דעם אשכול, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד דורכצוגיין די גאנצע. ואתכם המחילה.)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 15:53 |
|
| |
יענטאאש;
ניין! דו ביסט דער ערשטער אויפצוברענגען דעם נושא פון משוגע מעטארע.
ביי אונז פלעגט מען צולייגן דערצו: כי לעולם חסדו.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 19:30 |
|
| |
שוין אויב עס גייט מיך יא גוט, לאמיר טרייען ווייטער:
קוקו.... (ווען מען זעט זיך צב"ש דורך א פענסטער.)
פיקעבו..... (בערך די זעלבע בחינה ווי קוקו...)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 21:14 |
|
| |
יענטאש: פאר דיין ווערק איבער "אברהמ'עלע מלמד

די אנדערע וואך ביים אנטאפן די לעכט, האב איך דיך דערמאנט פון די וויכיח וואס די שעלסט אראפ, איך האב אזוי אונטערגעלאכט אויפן קול.
מיין פרוי, שטייענדיג דערביי שאלטערט תיכף אויס דאס וואקוים מאשין, און פרעגט: וואס גייט פאר?
איך האב געמוזט בארגן מיין שכן'ס אפיס, ווי איך האב נאך איידער כניסת שבת ארויסגעדריקט דאס שטיקל.
שבת צופרי נאכן דאווענען, האט מיין שווער און שוויגער (זאלן זיך מיעהן) אפגעשטאט א סופרייז באזוך, לכבוד די בעפארשטייענדע אפשערן פון מיין צווייטע.
דער שווער, נישט זייענדיג צוגעוואונט צו די "היינטיגע לצים", האט זייער הנאה געהאט.
"לצים" ברומט ער זיך אונטער פינעף מינוט נאכן אפלאכן, נישט גלייבענדיג אז ערוואקסענע קענען אפי' אראפברענגן אויף די לעפצן די "אברהמ'עלע מלמד" ניגון, וואס דרך אגב ער האט זייער גוט געדענקט.
א גוט שבת.
תוקן על ידי - average - 23/09/2005 21:13:44
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 23:54 |
|
| |
יעצט דערמאנט.....
"טאטי, אויף אפיקומן וויל איך באקומען 'וואקי-טאקיס'" (2 WAY RADIOS(
-מוישי, איך האב נייע 'וואקי-טאקיס' וויסט שפילן?
-יא
-אקעי, נעם דעי. הערסט מעך? הערסט מעך?
-יא! יא!
-יעצט? יעצט?
-לייג עס נישט אזוי נאנט צום מויל!
-אקעי, יעצט? יעצט?
-קום נענטער!
-פפאאאאא (ס'פייפט)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 17:49 |
|
| |
אלע גויעם אין חדר הייסען קאמי
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 18:51 |
|
| |
גם אני אענה את חלקי
לאכעלע וויינעלע
לאכעלע וויינעלע
לאכעלע וויינעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 18:59 |
|
| |
-איך בין בכלל נישט נייגעריג!
ניין 'נעבעך-נישט'!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 19:01 |
|
| |
ביסט א נעב
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 21:09 |
|
| |
ביזט א גראבע 'פעצאו'.
|
|
|
|
|