|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:46 |
|
| |
גיב א דעפאזיט, און נישט קיין וויק טשעק'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:54 |
|
| |
געט א קוק... מען רעדט פון געלט, לויפן נישט אדורך קיין 5 מינוט און ער איז דא בעטן א דעפאזיט...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 01:34 |
|
| |
נאטורליך;
איך פאנג שוין אן צו סעיווען געלט פאר דיר.
I WILL KEEP YOU POSTED
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 02:21 |
|
| |
נאטורליך!!!!!!!!!
מיי גאדנעסס איז דאס גוט!!
אבער איך האב געהאט בושות וועגן דיר היינט.
איך בין אנגעקומען אין אפיס היינט שוין וואוסענדיג פון פארדעם אז דו האסט עפעס ארויפגעלייגט. כ'האב זיך נישט געפוילט נאר דאס ארויסגעפרינט, און ווען דער באסס האט נישט געזען האב איך עס אריינגעשמירט אין די קעשענע און זיך אריינגעפיצט אין בית הכבוד אריין. פאר א טשעינדזש מעג איך דאך אמאל ענדזשויען די הכנות אויכעט.
הוי פרעג נישט וואס עס איז געווען ווייטער....
גלייך פון אנהייב איז געווען א קאטאסטראפע, איך בין געווען אלל אינטא דיין ארטיקל און כ'האב זיך נישט געכאפט וואו איך בין באמת. איך בין נאר געווען ביזי מיט די פאנקען און מיט משה'לעס אויסטערף, ווען פלוצים זעצט מען מיר אויף די טיר, און אין די זעלבע צייט באזט מיין נעקסטעל, מ'פארפירט, מ'שרייט, און מ'לאכט אפ פון מיר, וואס גייט פאר מיט דיר?! וואס איז דאס א געלעכטער אין טוילעט......
הוי פרעג נישט.... די בושות זענען געווען שרעקליך....
אבער דיין ארטיקל איז נאך אלץ ווערד געווען אלע געלטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 23:18 |
|
| |
יאך פיר זיך טאקען דאס ארויסצופרינטן אין ליינען אין שטוב, אוי האב יאך געלאכט.
מיין מנהג נעמט זיך טאקע פון א דורכפאל מיט מיינע מיטארבעטער זעהן זיי מיר איינמאל אויסשיסן אין א געלעכטער, נו גיי זיי מסביר אז נאטורליך האט געשריבן נייעס, אלזא לייען איך דאס אין שטוב, מיין אשת חיל ווייסט שוין אויב לאך איך שטארק איז א סימן אז נאטורליך איז ארויסגעקומען מיט אן ארטיקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 00:07 |
|
| |
היינט האב איך שוין ב"ה געהאט צייט צו ליינען דעם גאנצן ארטיקל מיט איין אטעם, איך האב אנגענומען יענטאאש'ענס עצה, דאס ארויסגעפרינט און געליינט אויפן באס, אוי איז דאס זיס געווען, איך האלט אז דער ארטיקל וועט זיין פון די TOP 5 ארטיקלן פון א גאנץ יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 02:59 |
|
| |
זייער אינטערסאנט די ערשטע מאל וואס איך פרינט עס ארויס, ציליב ווייניג צייט אין ארבעט, זעה איך אז יעדער האט אזוי געהטון,
קאמאנטארן קען איך נאך נישט געבן, סארי איך האב עס נאך געליינט
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 05:03 |
|
| |
איך וויל בעטן דעם עולם וואס פרינט עס ארויס, זאל "מזכה" זיין דערמיט אנדערע, עס איז ממש א שאד אויפן טינט און פאפיר אויב מען געט דאס נישט איבער פאר נאך אידן ארויפצוברענגן א שמייכל אויף זייערע לעפצן, איך האב דאס אהינגעגעבן פאר עטליכע חברים צו ליינען, אלע ווי איינס האבן זיך באדאנקט דערפאר.
נאטורליך! איך געב דיר איבער א יישר כח אין זייער נאמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 19:45 |
|
| |
בעליוו איט אר נאט, איך קים יעצט פון א מיטינג ביי א איד אין אפיס, האט ער מיר געוויזען אז איינער האט אים פריער אריין געפעקסט די טאגבוך פון קאנטרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 21:14 |
|
| |
נאטורליך;
מיר ווארטן שוין אויף דיין לאנדאנער טאגבוך, וועסטו אונז מיטטיילן דיינע איבערלעבענישן מעבר לים?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 22:44 |
|
| |
3X0
איך האף אז דו ביזט נישט דער איד וואס איז פריער געקומען און מיין בעה"ב האט אים געוויזען דעם פרינטאוט.
קרעטשמע,
איך בין קוים צוריקגעקומען, דער שטויב אויפן דעסק איז נאך ניטאמאל פארווישט. דערנאך מיז איך פארטיגען קלענער מאכען די הויפענעס ארבייט וואס האט זיך אנגעזאמעלט. ולכשירחיב
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 22:50 |
|
| |
נאטורליך
ווער וויסט? קען טאקע זיין אן אז איך בין געווען ביי ענק אין אפיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 23:32 |
|
| |
וואס איז געווען די מיטינג?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 04:58 |
|
| |
התאחדות, גארנישט קיין מיטינג.
א ארץ ישראל איד איז געקומען נאך א נדבה, דערנאך האט ער געוואלט א קאווע, דערנאך האט ער געבעטען עפעס צו ליינען, און האט נאר געוואלט מאכען אפאר טעלעפון קאללס קיין ישראל.
האט אים מיין בעה"ב געגעבען מיינע צעטלען צו לייענען.
אזוי ארום ווייס איך שוין ווער דער מדובר 3X0 איז.
|
|
|
|
|