בית פורומים היימישע קרעטשמע

קאמענטארן פאר נאטורליך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/9/2005 23:11 לינק ישיר 

נאטורליך;

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג פרייטיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן, אז דיין הויז קויפן זאל זיין מיט אסאך מזל.

איך קען שוין קוים ווארטן אויף דיינע קרישקעלעך, פון גיין שאפינג פארן הויז, און די מאפן וכו'.

'כי תבנה בית חדש'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 06:32 לינק ישיר 

נאטורליך

און איך בין נישט קיין מענטש וואס טיילט קאמפלימענטן רעכטס און לינקס. קוק אויף מיין פאספארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 05:08 לינק ישיר 

איך וויל דא מאכן א מחאה נמרצה קעגן די אומדערהערטע עוולה.

עס זיצט דא ביי אונז אין קרעטשמע א 'נאטורליכע' אינגערמאן, און ער איז אונז מהנה מהני מילי מעלייתא, און גארנישט, קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, נאר איין פריש געקומענע שרייבער, האט זיך מרחם געווען אויף אים, און אים צוגעווארפן אזא גרינע וויזוי הייסט עס.

איך מיין נישט קיינעם אבער איך מיין יעדעם איך מיין מיך אויך,

אייכם!!!!!!! ווי זענט עטץ???????

בעני, יענטאאש, אומפארנומענער, אומגעשמאקער, פעפער, פעדעקס, פיקעל, אייכם? פארוואס שוינט עטץ קאמפלימענטס?

תוקן על ידי - nafcha - 30/09/2005 5:08:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 05:48 לינק ישיר 

איאאאאאאא איינער שרייט דא? וואס איז געשעהן?

אה מען האט פארגעסן צו באדאנקן אונזער נאטורליך דאס איז טאקע א געוואלדיגע חוצפה,

אקעי איך בין אויך שולדיג וועל איך טאקע שוין תשובה טוהן, נאך פאר ראשעשאנע און אפגעבן א דאנק פאר אונזער באליבטער שרייבער נאטורליך
וואס ער איז אונז מהנה שוין דעם גאנצן זומער מיט זיינע זיסע געשמאקע ערציילונגען, יו אר די בעסט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/9/2005 06:57 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פאר נאטורליך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 07:04 לינק ישיר 


נפחא וואס איז געשען ?????????????

דאס איז אומנאטורליכע נפחא !!!


וואס איז דיר בכלל א נפחא מינה צי מען שרייבט יא צי נישט ?

בכבוד רב
הק' יואלי גישמאקער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 07:15 לינק ישיר 



בס"ד
ישר כוח מעומק הלב לכל חברי הפורם ה' עליהם יחיו, השולחים ופונים אלי בי-דואר האימעיל ותיבה אישית עם כל מיני תודות מידי יום ביומו מאז התחלתי לכתוב כאן, ובפרט לידידי הנחמד חכם ונבון בעל הקרעטשמע נ"י.

בעומדים על סף השנה, שנת תשס"ה.
לקראת השנה החדשה הממשמש ובא הנני מביא את ברכתי, ברכת הדיוט.
יהא ה' עמכם, ויצו השם את הברכה, יכתוב ויחתום אותנו ואת כל אשר לנו בספר חיים טובים ושלום, לשנה טובה ומבורכת, שנה מתיקה מליאה והרחבה, ונזכה כלנו וכל בית ישראל לראות חי' נחת מכל יוצ"ח במלוא חפניים, במידה גדושה ופנים מאירות. עדי נזכה לשמוע קול שופר בביאת משיח צדקינו אמן
נאטורליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 07:16 לינק ישיר 

און יעצט עפעס פאר נאטורליך מיין פריינט.

איך וועל רעדן צו דיר אפן און גראב, ס'יז פאר ראש השנה און איך גיי דיר נישט זאגן דא קיין ליגנט, פרעכע שקר חס וחלילה. הער גוט צו וואס איך זאג דיר יעצט
דו שרייבסט געוואלדיג!! דו ביסט כולל א יעדן איינעם אין דיר!!!

געשמאק, נישט נפחא'דיג, שנעל ווי פעדעקס, ממש ווי קאסמא קרעמער, צום פוינט ווי דטרבקי, גאנץ יענטאאשדיג, קלאר ווי דער שווארצער פעפפער, הייליג ווי בענעדיקט, lol,
שטארק באליבט, ווי אן אלט באזעסענער קרעטשמער, מיט רחמנות, אלס איז דא עפעס וואטס אפ, ועוד ועוד, וסליחה.



בכבוד רב
הק' יואלי גישמאקער


תוקן על ידי - gishmoker - 30/09/2005 7:16:46



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 16:00 לינק ישיר 

נאטורליכער מענטש

יעצט באמערק איך אז איר פארמאגט אויך די געוואלדיגע קוואליפיקאציע פון 'נוסח'. איר זענט באהאווענט אין לשון הקודש אויך. טאקע א מושלם!

א גוט געבענטשט יאהר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 16:56 לינק ישיר 

בענעדיקט,

מיר האבען פון דיר גרויס הנאה
איך האב ליעב דיין המצאה
צו שרייבען מיט א גראם
ס'האט אן ספעציעלען טעם
מאמע לשון איז בחן'ט און שיין
אלע דא קענען עס פארשטיין
יעדער זעהט דאך דיין שטרעבען
אהער אריין צו ברענגען עפעס לעבען
א קרעטשמע גענוי ווי די אלטער צייט
מען קומט אהער פון נאענט און ווייט

וועל איך דיר געבען מיין ברכה
זאלסט אין אלעמען זעהן הצלחה
דער באשעפער זאל דיר אלעס געבען
וואס דיין הארץ טוט שטרעבען
און מיט דעם פארענדיג איך אצינדער
א זיס און גליקליך יאר פאר אלע אידישע קינדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 17:00 לינק ישיר 

גראמען קען ער אויך WOW



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 17:40 לינק ישיר 

נאטורליך הער זיך איין
דאס האב איך געוואוסט אליין
אז גראמן קענסטו זייער שיין
אזוי טוט אין אן אנדער אשכול שטיין
אבער דארט רעדסטו פון די ענגלישע שפראך
דאס איז דאך גאר א צווייטע זאך
איז מיר טאקע אינטערסאנט
אז אין אידיש ביסטו אויך באקאנט
אל תמנע טוב מבעליו
געב אונז פון דיינע שטאף
לאזן מיר זיך מיט דיינע פאום'ס באלעקן
און אונזער הארץ מיט דעם דערקוויקן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 21:07 לינק ישיר 

בפרוס השנה ווען עס קומט דער נייער יאר,
וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען ביז גאר,
פאר אונזער חשובער 'נאטורליך' דער גוטער,
וואס איז שוין געווען א שרייבער נאך אין די בויך פון די מוטער,
אזוי טו איך זיך פשוט פארשטעלן,
נאכדעם וואס איך טו פון זיינע סחורה אזוי שטארק קוועלן.

זאל דיך דער אייבירשטער העלפן און געבן,
געזונט פרנסה און נחת א גאנץ לעבן,
קענען ווייטער משמח זיין אידישע קינדער,
וואס די גרויסקייט פון דעם זאגן אונז שוין די הייליגע ספרים יעדער באזונדער,

א כתיבה וחתימה טובה און א יאר זיסן,
אין די ווינטער זאלסטו פון די נייע דירה קענען געניסן,
און אין די זומער פון די קאנטרי פון דעם לאמיר שוין נישט שמועסן,
זאלסט שוין האבן אן אייגענע באנגעלוי און נישט דארפן ליעסן.

כה דברי יענטאאש ראש הקהל מיט א גראבן שמייכל,
ווען דער טעם פון דיינע גוטע ארטיקלען ליגן מיר נאך אין בייכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 05:00 לינק ישיר 

נאטורליך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דיין דרשה איז כמעט אזוי גוט ווי די 'עכטע' שבת שובה דרשות וואס מיר אלע האבן געהערט אין די שוהלן. קענסט דיר אויך עפענען א בית המדרש אין דיין געגענט...

ערנסט גערעדט. עס שאדט נישט צו הערן א שיינע משל און נמשל פון א חבר אין קרעטשמע וועמענס ווערטער מיר ליינען מיט דורשט. ווערטער וואס קומען פון הארץ, דרינגען אריין אין הערצער. זאל השי"ת העלפן אז דיינע ווערטער זאלן האבן דעם ריכטיגן רושם ביי אונז אלע.

אגב, עס קוקט אויס ווי שנת תשס"ז וועסטו נוצן א צווייטע מחזור. ביסטו געווארן מיטגעשלעפט מיט מיין טעות אז תשס"ו האט זיך געענדיגט נאך איידער עס האט זיך אנגעהויבן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/10/2005 17:54 לינק ישיר 

Usually you're great but this time u went to far, sorry



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קאמענטארן פאר נאטורליך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 14 15 16 לדף הבא סך הכל 16 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.