אזויווי די טאג-בוך פון 'נאטורליך', האט היינט צוטאגס גאנץ קנאפ צוטין מיט די קאנטרי, גייען מיר עפענען א פרישע אשכול, יעדער קען דא געבן זיין מיינונג וואספארא נאמען צו געבן פאר די אשכול.
איך האב געטראכט פון "די נאטורליכע טאג בוך", אדער "די 'נאטורליכע' טאג בוך", לאמיך הערן וואס דער עולם האט צו זאגן צו דעם.
נשלח ב-17/10/2005 05:50
"דער טאגבוך פון וואס אייער שכן/חבר/בעה"ב/ארבעטער הערט נישט אויף צו רעדן"
אבער דאס איז מסתמא צי לאנג... דאן פרוביר:
"נאטורליך'ס טאגבוך"
נשלח ב-17/10/2005 16:16
"נאטורליך'ס טאגבוך פון די שטאט" און ווען ער וועט אנפאנגן נאכאמאל צו שרייבן פון קאנטרי זאל ער עס שרייבן און די אשכול פון "נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי"
נשלח ב-17/10/2005 16:45
נאט טו ביזי איז גערעכט
נשלח ב-20/10/2005 15:17
"נאטורליך'ס טאגבוך פון די שטאט", איז נישט קיין נאמען וואס קומט און באטראכט, ווייל דאן גייט מען זיך דערמאנען אז מ'דארף טוישן צו די אשכול פון די קאנטרי, נאכן קאנטרי...
איך וויל א אלל יער ראונד נאמען.
נשלח ב-20/10/2005 19:34
וואס זאגט נאטורליך אליינס?
נשלח ב-21/10/2005 20:25
איך בין ווייניג אויפ'ן באן די טעג, עס איז חוה"מ, איך טראכט א געוויסע נקודה ביי ומפני חטאינו און איך פארגעס עס ביז מוצאי. מערצעשעם נאך יו"ט וועל עך זיך אפרעכענען און משלים זיין.
א נאמען: איך ווארט אז ר' הוטקע זאל מחי' מתים ווערען און באשליסען אז נישט וועט ר' קרעמער זיכער האבען א גיטע המצאה.