|
|
| נשלח ב-27/10/2005 03:06 |
|
| |
איך האב שוין געשריבן אויבן מיין פארשלאג: נאטורליך'ס טאגבוך!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 03:13 |
|
| |
אגב, געב מיר א דערמאן אין אן אנדערן געלעגנהייט אפצוליינען דיין צוגאבע צום טאגבוך, איך האב עפעס נישט יעצט קיין צייט אדער געדולד זיך צו דערמאנען די ערב יום כיפור'דיגע אטמאספערע...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 01:07 |
|
| |
אזויווי נאטורליך האט געזאגט, אז ער גלייבט קרעמער וועט האבן עפעס א גיטן נאמען, און קרעמער האט געגעבן די נאמען נאטורליך'ס טאג בוך, במילא בלייבט עס ביי דעם. און פון היינט און ווייטער וועט ער אונז בל"נ ווייטער מהנה זיין אינ'ם נארוואס געגרינדעטע אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 01:32 |
|
| |
יישר כח ר' פענסטער פארן גרינדן דעם אשכול. וואס בדרך אגב האט דאס מיר דערמאנט צו ליינען דעם לעצטן ארטיקל, וואס איז - ווי געווענליך - א מייסטער שטיק.
הגם הגם. שוין (אפשר אין אישית וועל איך דיר שרייבן נאטורליך, אויב דו ביסט נייגעריג).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 01:55 |
|
| |
נאטורליך;
מיר האבן געלייגט א שיינע שלאס אויף דיין אלטע געהענגל. פון היינט און ווייטער לייג אריין דיינע הערליכע ארטיקלן אין דעם ניי געווידמעטן אשכול "נאטורליך'ס טאגבוך".
יישר כח! בשם כל הקהל!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 03:30 |
|
| |
מיט א קאווע אין איין האנד, א נ.י. טיימס אין די צווייטע האנט, איך שפאציר אריין אין קרעטשמע, און....
די האר פון קאפ שטעלען זיך מיר אויף.
זעה איך גיט? יא איך זעה. א שלאס! געוואלד !
מען האט מיר פארשפארט די טיר פון מיין צימער !!!
זאל איך רופען פאליציי? ווער האט ארויף געלייגט א שלאס?
דארף איך דינגען גארדס אויף מיין כאטקע דא אין קרעטשמע?
אראפ מיט'ן שלאס אדער איך פאק זעק און זיך א נייע קרעטשמע.
ווי מען וועט מיך לאזען פארשפארען מיין אייגען טיהר ווען און וויאזוי איך וויל.
"דזשאסט קידינג"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 19:41 |
|
| |
לכבוד מיין און אלעמען'ס טייערער פריינט נאטורליך נ"י
מיט א ציטערדיגע פענע קום איך דא שרייבן די פאלגענדע צילן געווידמעט צו א גוטע פריינט מיט וועמען מיר פארברענגן שוין דא אזוי איינגענעם אין קרעטשמע א סעריע חדשים אן קיין שום פראבלעמען, יהי רצון אויף נאך לאנגע יארען.
ווי דו ווייסט איז די "קרעטשמע" געווידמעט מיטן ציהל זיך אויסצולופטערן, אידן זאלן קענען אריינקומען אינמיטן אדער צום סוף פון א שווערע טאג ארבעט און ליינען עפעס געשמאק און צום הארצן, אן די אלע מחלוקת און נארישע פאליטיק מיט וואס דער אינטערנעט בכלל און היידפארק בפרט איז געבענטשט (ליין: געשאלטן).
און באמת איז דאס טאקע אויך דער ציהל פון אייער געשמאקע טאגבוך, וואס - באמת - אין דוגמתה! אזוי זיס. אזוי בא'טעמ'ט. און איבער אלעמען: אזוי נאטורליך! ווייל ווי איך פארשטיי ביסטו אויסן מיט דיינע אלע באשרייבונגן אז אידן זאלן א שמייכל טאן, זיך דערקוויקן מיט א נארהאפטיג אנאליז אויף אונזער טאג טעגליכע הלוך ילך וואס ווערט דורך דיר אזוי פיין און גרונטליך אנאליזירט און באארבעט.
במשך די אלע חדשים זינט דו האסט אנגעהויבן שרייבן דיין טאגבוך, פלעגן מיר דאס אדורכליינען מיט אפעטיט, און זיך געפריידט צו יעדעס ווארט, און נאכמער געפריידט אז יעדע ארטיקל איז ריין פון פאליטיק, פון שמוץ, און איז מאראליש אויסגעהאלטן און איז ווערט ארויפצוגיין על שלחן מלכים ביי אונז אין די קרעטשמע!
אבער - לעניית דעתי - ביסטו אין דיין לעצטן בלעטל פונעם טאגבוך אביסל פארקראכן פון דיין אייגענע ליניע. געציילטע ווערטער קענען ארויסגענומען ווערן פון זייער ארגינעלער באגריף און אויסגעטייטשט ווערן אלס א באליידיגונג אדער שטעך ווארט אויף דעם אדער אויף יענעם פארטיי און/אדער זייער פירער.
אלמלא נאטורליך אתה = ווען דער שרייבער וואלט געווען א צווייטער, און נישט דו, אונזער אלעמען באליבטער חבר ר' נאטורליך. וואלט איך אן קיין צווייפל נאך נעכטן נאכט ארויסגעשניטן היבשע פאר ווערטער אדער פאראגראפן פונעם באשרייבונג. אבער אזוי ווי עס האנדלט זיך פון אונזער בעסטער שרייבער, איינער וואס ווייסט געווענליך וואו איין און וואו אויס, איז מסתבר אז ער איז נאך פשוט געווען איבערגענומען פון זיינע התרגשות'דיגע געפילן פונעם געהויבענעם יום טוב העעל"ט, און האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען אנדערש אויסגעטייטשט ווערן אהער אדער אהין.
וועל איך זיך באגעניגן מיט בעטן אן אויפקלערונג פון דיר - נאטורליך.
איך בעט דיר ברחמים: נעם עס נישט אן אלס א באליידיגונג חלילה, פונקט פארקערט! מיר ווילן אייך נישט פארלירן! מיר ווילן פשוט אז אין די עתיד זאלט איר זיך האלטן צו אייער אייגענעם ליניע פון שרייבן אינטערנאציאנאל אן בארירן הייקעלע טעמעס און נקודות.
מיט דאנק און שעצונג פאר אייער ארבעט.
אייער פריינט
קרעמער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:38 |
|
| |
ידידי ר' קרעמער. א שיינעם דאנק פאר דיינע דברים היוצאים מן הלב.
ולכל הנלוים אליך, די אלע וואס האבען מיר געשריבען א-מעיל זינט דעם לעצטען שרייבעריי. בין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי.
איך האב באמת נישט געוויסט אז מיט'ן שרייבען פראסט און פשוט וואס מיינע פליישיגע אויגען זעהן וועל איך ארויס ברענגען בייז בליט פון פארשוינען וואס טייטשען אריין דאס און יענס.
מאז החילותי ועד עתה איז פשוט נישט אויסגעקומען צו שרייבען סיי וואס פאר א ענינים וואס טוט איינעם נישט שמעקען, דערפאר ווייל מיין סדר היום איז נישט אויסגעשטעלט צו הערען און מיט האלטען אלע אידישע נייעס און שמיץ, איך לייען נישט קיין שום ארגאנען פון אומאפהענגעדיגע ארגאנעזאציעס. אז איך טוה בייוואונען א סענזאציע שרייב איך וואס ליגט אויפ'ן צינג און כמות שהיה.
כבוד הרבנים מכל הצדדים במקומם מונח, איך האב זיך באצויגען צום חלק ההומאר און נישט צו ח"ו בארירען דעם כבוד פון סיי וואסערען צדיק. זאלען זיי אלע ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש און אז איך וועל זיך באטייליגען ביי א אידישען צוזאםקנופט וועל איך זיך בייסען די ליפען און נישט שרייבען, כדי נישט וויי טוען א אנדערען איד.
ובזה את נפשי הצלתי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:44 |
|
| |
זייער שיין געווען גוט געשריבן
איין קאמפלימענט מעגסטו באקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:55 |
|
| |
יישר כח אונזער ידיד ר' נאטורליך נ"י פאר די ווארימע אויפקלערונג רייד.
לאמיר דיר צואווינטשן הצלחה אויף ווייטער, הן אין די באשרייבונגען און הן אין די ליפען געבייסעכץ (עמך אנכי בצרה... גלייב מיר איך האב שוין אסאך מאל געביסן די ליפן און געבליבן מיט גוטע שטאף אין בויך, אבער עס לוינט זיך אלעס אבי אנצוהאלטן די ניווא פונעם פורום).
ידידך קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 23:47 |
|
| |
כ'פענסטער ועוד לקרעטשמע, וויל איך באדאנקען ר' נאטורליך, פארן אויפקלערונג און אנטשולדיגונג.
נאר איין זאך נאטורליך, אויב שוין יא פארלעצן די תקנות פונ'ם קרעטשמע, וואס עפעס מיט פאליטיק, די האסט דאך אמאל געשריבן אז נאך די הייליגע טעג גייסטו שרייבן א X רעיטיד ווערזשאן פונ'ם טאג-בוך, פארלעץ די תקנות מיט עפעס זאכליך....
תוקן על ידי - פענסטער - 30/10/2005 23:58:14
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 12:20 |
|
| |
נאטורליך "אין(?) כמוך בעולם "
(קרעמער- ווען דו שרייבסט 'אין דוגמתה' געב אכטינג נישט צופארלאזן דעם 'כ' המדמה, אזויווי מיר זאגן ביים דאווענען אינדערפרי 'אין כאלוקינו אין כאדונינו' אזוי אויך דארפמען שרייבן 'אין כדוגמתה'. ווייל ווי דו האסט געשריבן אין דוגמתה טייטש זיך האס, אין=נישט איז הדוגמה צו די ארטיקלען, כלומר אז די ארטיקלען זענען איין שטיק נישט, וד"ק וד"ל ודפח"ח)
נאטורליך איך האב עפעס צו אייך פרעגן אזאך וואס באדעט מיר.
איך האב שיין דער פראגע געפרעקט איינעם אויך אגוטער שרייבער ווי דיר און ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז איך בין גערכט. עס איז מיר אינטרעסאנט וואס וועט איר זאגן אויף דער פראגע
רציתי לשאול לכותב דנן שאלה פסיכולוגית.
והיא מהו המניע הנותן לך את הכח והאנרגיה לכתוב ולערוך את הסיפור. הלא אף אחד לא נותן לך תשלום עבור זה וגם זה אינו מתפרסם במקום חי מבחינת עידוד ומשוב ממכרים ומכירים
. האם באמת נכון להגיע למסקנה. שאדם מוכן להשקיע כחות אדירים ותעצומות נפש רק בכדי לקבל מילה טובה ווירטואלית.
ואם זה נכון זה מראה על אפסות האדם ! ! !
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
תוקן על ידי - חי_וקים - 31/10/2005 12:23:45
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 15:06 |
|
| |
חי וקים;
איך נעם זיך די רעכט מחולק צו זיין מיט אייך בנוגע "אין דוגמתה". הגם איך בין א קנאפער לשון הקודש קענער, פארשטיי איך אז "אין דוגמתה" טייטשט "עס איז ניטא איר גלייכן", און "אין כדוגמתה" טייטשט "עס איז ניטא ווי איר גלייכן", וואס דער מכוון פון ביידע איז אייניג.
ירא הקהל וישפוט, בין איך גערעכט אדער נישט?
תוקן על ידי - קרעמער - 31/10/2005 15:07:01
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 16:15 |
|
| |
חי וקים, פון וואנעט נעמסטו אז איך בין משקיע אזויפיל כוחות? עס איז א פארגעניגען און עס נעמט נישט קיין סאך צייט.
אויב ווילסטו מיר באצאלען, שיק דעם קרעדיט קארד נומער. איך נעם אן אלעס אפילו דיסקאווער קארד.
|
|
|
|
|