|
|
| נשלח ב-1/12/2005 17:40 |
|
| |
קען זיין גישמאקער,
איך באמערק שוין לאנג א גישמאקער אינגערמאן לעבען מיר אין שוהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 19:22 |
|
| |
היי נאטורליך
יו מעיד מיי דעי

|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:41 |
|
| |
שוין נאטרליך;
יו דיד יור פארט, נאו איי העוו טו דא מיין. אי"ה בקרוב.
זאל איך נאכאמאל זאגן אז דו ביזט מעכטיג??? אקעי (אדער 'אוקיי'):
נאטוליך! עי וואן! מעידזשאר!
תוקן על ידי - יענטאאש - 02/12/2005 1:51:21
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:45 |
|
| |
נאטורליך, יו מעיד מיי נייט נאדיר 
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 03:19 |
|
| |
הערשט יעצט ליין איך דיין לעצטע צוגאבע צום טאגבוך (מיר האבן עס ארויפגעברענגט צום אויבן-אן פאר אזעלכע ווי מיר וואס זענען שפעט-קומער און ווילן עס ליינען עטליכע טעג נאכן ארויפלייגן, זאל עס נישט זיין באגראבן צווישן די מאלפעס און די לייבן דארט אונטן פונעם בלעטל), אזוי ווי אייביג: דו אנטוישסט אונז נישט! יעדעס ווארט איז גין-גאלד!
1. דברה לו האשה, יותר אין להתיאשה. אזוי שטייט אין מיין זמירות'ל. (דער 'יותר' גייט אויף אראפ..., הגם פאר א מליצה איז עס גוט אויף ארויף אויך).
2. משה רבינו ניסלעך איז וואס מען רופט אויך אמעריקאנע ניסלעך, פינאטס. מען רופט עס אזוי צוליב א סיבה. (עפן אויף א ניסל, וועט זיך דיר דאכטן אז דו זעהסט דארט א מענטש מיט א בארד וואס איז צוטיילט אין צוויי).
3. איך בין דער ערשטער צו עפענען א פעי-פאל אקאונט אויף די איניציאטיוו פון נאטורליך, ווער איז נאך מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 04:26 |
|
| |
קרעמער, קענסט נישט יענעם איד וואס האט געזינגען אויף א גראם, יוסף חצה. דג ומצא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 04:34 |
|
| |
נאטורליך;
הא הא, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דעם גראם, כ'לאך נאך יעצט....
מיין בני בית כאפט נישט די דזשאוק, וואס זאג איך איר?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 04:54 |
|
| |
און ווען דאס אינגעלע קומט אהיים און פארציילט וואס האט זיך אפגעטוען ביי רבקה אמינו מיט די צוויי בנים דער האט געשטויסען ביים דורך גיין א ביהמ"ד און דער אנדערער וכו'. דאס פארשטייט זי יא?
נישט אלעס קען מען זיי מסביר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 04:58 |
|
| |
די שטויסן פארשטייט זי יא גראדע....
זעט אויס יעדע איינע איז אנדערש....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:10 |
|
| |
נאטורליך;
מאכסטו מיר לאכן, ווי הערסטו אזאכע שיינע גראמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:33 |
|
| |
נאטורליך;
אודאי האב איך געהערט די גראמען... אבער דברה לו האשה יותר גראמט נישט מיט די נעקסטע שורה.
אז מען רעדט שוין פון גראמען, ווייס איך איינער וואס מאכט יעדן יום טוב קידוש מיט דעם נוסח: אשר בחר בנו, מכל עם ורוממנו, מכל לשון וקדשנו, במצותיו ותתן לנו.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 15:49 |
|
| |
איך האב שוין מיטגעהאלטן, ביי שלש סעודות, ווי מ'האט מכבד געווען איינעם (אזא שטייגער ווי ר' בונם'ן פון די יענטאאש מעשה...) מיט'ן זינגען שיר המעלות, און ער האט געזונגען ווי פאלגענד:
יגיע כפיך, כי תאכל אשריך, וטוב לך אשתך, כגפן פוריה בירכתי ביתיך...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 14:23 |
|
| |
נאטורליך;
די נייע צוגאבע צום טאגבוך איז ערשט קלאסיג!
מזל טוב צו די נייע דירה, זאל טאקע זיין השלם זה הבנין, די ברכה זאל אריינקומען אין די געלט ווי די אויל אין די מנורה אין חשמונאי'ס צייטן.
איך האב באמת הנאה געהאט פון די הערליכע ארטיקל היינט!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 20:42 |
|
| |
מזל טוב נאטורליך
דער פון אויבן זאל דיר געבן אסאך
השפעות זאל זיך גיסן פון דאך
זאלסט אלעמאל קענען צאלן אין צייט
און האבן נאך געלט אין די זייט
אבער טשעפע מער נישט מיט מיר
איך ווייס נישט וואס יאך האב געטוהן צו דיר
איך בין א תמים א גרויסער
אפילו איך בין א אלס ווייסער
מער אויסרופן הייס מיר נישט
ווייל אלע לאכן און יאך בין צומישט
עניוועי בין איך דיר מוחל פון טיפן הארץ
ס'זאל קיין הקפדה נישט שאטן און דיר זיין שווארץ
זיי געזונט ווי ניד מאר
|
|
|
|
|