| נשלח ב-16/9/2005 15:40 |
|
| |
חי וקים!
אין "די צייטונג" די וואך ערשיינט א בריוועלע ווי עמיצער באקלאגט זיך אז די אויסדריק: קענסט שרייען חי וקים! קומט פון די משכילים, לאמר אזוי צו זאגן: עס וועט דיר נישט העלפן דאס בעטן זיך ביים חי וקים, כביכול. דאס איז כפירה, טענה'ט ער.
דער שרייבער גיט נישט אן קיין היסטארישע מקורות צו זיין קלעים.
איך וואלט, וויט אלל דאא רעספעקט, מחולק געווען.
מיר שיינט ליבערשט צו זאגן אז דער אויסדריק קומט פון דעם מנהג ביי יוצר, ווען עס קומט צו "חי וקיים נורא ומרום וקדוש" הייבט זיך דער עולם אונטער (כמנהג קוויטלעך, ווען איינער קלאפט צוועלף צוועלף) און מ'שרייט אויס דאס פיסקא. לאור הנ"ל לויטעט דאס ווערטל, עס וועט דיר נישט העלפן דאס שרייען -אזוי ווי ביי- חי וקיים. כנ"ל
צו וואס איך טרעף "נישט" דעם פשט איז דער אויסדריק: עס וועט דיר נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו... והוא פליאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 16:54 |
|
| |
דורכשניטלעך;
מיר האבן שוין אסאך מאל געהערט אז מען טאר זיך נישט אזוי אויסדרוקן. וכן אנו נוהגין.
אגב;
אין חדשות אנ"ש איז די וואך יא ערשינען א תגובה וואס האט ענטהאלטן אין זיך די ווערטער "עס האט נישט געהאלפן קיין..." (איך וויל עס אפילו נישט שרייבן, עס שמעקט ערנסט מיט כפירה), און דא איז די געלעגנהייט מוחה צו זיין דערויף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:39 |
|
| |
נפחא; זעהט אויס אז דו ביסט טאקע ראוי צו זיין סעקרעטאר, אויב דו געדענקסט יעדן חתימה פון יעדן גולש דאהי. (חוץ אויב דו ביסט 'חי וקים' און דו ווייסט אז דאס איז דיין חתימה...).
בנוגע פארוואס איך האב דאס נישט באמערקט, ווייל דאס איז אויך געשריבן געווארן אין 'יענע' וויקענד וואס איך האב באשלאסן נישט צו שרייבן גארנישט. על כן האב איך אויך געליינט דאן אלע תגובות מיט א האלבע אויג... האב איך נישט אויפגעפאסט צו געדענקן אז עס שטייט ביי אונז אויפן פורום אזוי. ואתכם הסליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:45 |
|
| |
אז די וועסט קוקען אויפן פאספארט פון דעם 'חי_וקים', וועסטו זעהן אז עס איז נישט איך.
מיך אינטערסירט גאנץ קנאפ ספרדישע נייעס, אדער א"י נייעס.
|
|
|
|
|