|
|
| נשלח ב-23/9/2005 22:57 |
|
| |
נאך אזאך ר' קרעמער.וואס האסטי מורא אז איינער וועט צאמשטעלן ווי אלט -יונג-די ביסט -איך וואלט רעקאמאנדירט אז די חבירים דא אינעם קרעטשמע זאלן יא זאגן וואסערע יארגאנג יעדער איז (מער ווייניגער פארשטייט זיך ,נישט קיין פונטליכע געבורטס טאג.יעדער דא וגם אני הקטן בתוכם ציטערט דאך פארן אייגענעם שאטן)איך האלט עס איז פשוט אינטערסאנט צי וויסן בערך די יארן פינעם עולם דא.כהאף אז איך בין נישט דער אלטער קא ער דא
וואס מיינט דער כאשעבער (נוסח זארעכ) עולם
לאמער הערן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 16:13 |
|
| |
איך געדענק נאך ווען SHUFRA פלעגט מאכן פאטעטא טשיפס און קענדיס און אנדערע נאש נישט נאר טשאקלעד
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 20:19 |
|
| |
איינער האט דא דערמאנט דעם אלעמען באליבטן סטעישן וועגאן. אה, וואו נעמט מען היינט צוטאגס דעם שמעק וואס איז ארויסגעקומען פונעם מאפלער...
ווייסט איינער וויאזוי האט געהייסן די הינטערשטע זיץ פון א סטעישן וועגאן? היסטערי סיט (היסטארישער זיץ.) פארוואס? ווייל איינער וואס איז געזעצן דארט האט געזען די היסטאריע פונעם טריפ - דארט וואו מ'איז שוין געווען און דורכגעפארן...
האסט פארשטאנען?
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2005 05:52 |
|
| |
איך לייען מיט מיין ווייב דעם אשכול און איך זאג איר, יא איך געדענק נאך ווען די ביזט געווען אינג און...
אוי וואס איך האב שיעור נישט געכאפט דערפאר, כ'האב זיך נישט גיקענט איינהאלטען.
ולמען הפונקטלכקייט: אלעס איז ב"ה אויפ'ן בעסטען ארדענונג, ווען נישט האב איך נישט די העזה צו מאכען דעם וויץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:25 |
|
| |
איך געדענק נאך ווען אין קרית יואל פלעגט נאר ארבעטען די שויערס אין מקוה יעדען צופרי נאר אויף איין זייט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 18:26 |
|
| |
...ווען עס איז נאך געווען קרית יואל מילעך קאמפאני און דער בעל מכשר ק''י'לער דיין האט נאך דעמאלטס געהייסן הר''ר שלום אליקים
...ווען נחום פר''מ פלעגט ארימפארן מיטען מילעך טראק יעדען צופרי פארקויפן פרישע מילעך
...ווען די בוטשער סטאר איז געווען אין א טרעלער אויפן פלאץ פין די יעצטיגע כולל איך מיין יודא לייביש ענגעל האט עס אנגעפירט
...שארמאשער באסעס פלעגן סטאק ווערן
...די זיידע רבי בילקעלך פאר די גיגילום
...ר' ישראל דוד ע''ה געלט פאר די פיצעלעך
...ווען א ציצית געשעפט האט געמיינט...
...ווען מהדרין'ס הכשר האט זיך געליינט ''בשר למחדרין מן המחדרין בהשנחת'' איך געדענק נישט וויטער פיקטלעך און איך וויל נישט סתם פארדרייען א קאפ
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 18:30 |
|
| |
אוי כנה דו דערמאנסט מיר זיסע זכרונות,
ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל,
די מערסטע האב איך געלאכט פון די בהשנחת
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 01:43 |
|
| |
קנאי;
וואס מיינט בילקעלעך פאר די גיגילום?
וואס איז די מעשה מיט די ציצית געשעפט?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 02:26 |
|
| |
און ווען דער אלטער מיסטער קרויס דער הוטענמאכער, פלעגט צוזאמקוועטשען און אוישארפען דעם אויבערשטן רונד פונעם שטאפענעם טשאלענט טאפ הוטל, ער פלעגט דאס צו מאכען אזוי שארף, אז מ'האט זיך געקענט קראצן אויפן שארפען שפיץ, און גענוג טיף מ'זאל זיך קענען דארט אויבען אנפולען א פלעשל מילעך....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 02:32 |
|
| |
... א סטעמפ האט געקאסט 37 סענט ...
היינט גיי איך פארביי דעם פאסט אפיס טרעקל ביי ליע און ראדני, און איך גרייט זיך אן א טאלער פאר עטליכע צוויי סענטיגע סטעמפס (איך בין נאך פארבליבן מיט עטליכע פון די 'אלטע' סטעמפס), ווי סורפרייזד בין איך געווארן צו זעהן א צעטעלע ביים פענסטער "NO MORE TWO CENT STAMPS"... כ'מיין פארוואס דען שטייסטו דא אויב נישט צו פארקויפן די צוויי צענטיגע סטעמפס??????
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 02:39 |
|
| |
... ווען די פאסט אפיס פלעגט זיך שליסן 4 אזייגער ...
(איך האב נאכנישט געזען אז זיי זענען אפן לענגער, אבער איך האב ערהאלטן א בריוועלע פון זיי אז זיי גייען זיך צושטעלן צום פארלאנג פונעם עולם און אפן זיין לענגער. ווייזט אויס אז EMAIL איז זיי א גרויסע קאמפעטישן...).
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 03:18 |
|
| |
... אידישע קינדער האבן געברויכט צוקומען צום טריפה'נעם ראדיא צו הערן די וועטער און די טרעפיק ...
(היינט קען מען דאס האבן אויף די אינטערנעט...)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 04:42 |
|
| |
ווען חדשות אנ"ש האט געלאזט שרייבן פאליטיק...
ווען שרון איז געווען א רעכטער געווארן א לינקער געוואלט גיין קדימה אנגעקומען אחורה נאך א ביסל גייט ער עולה זיין למעלה און מען וועט אים לייגן למטה
למה הדבר דומה צו די נענועים פון די לולב...
|
|
|
|
|