נאטורליך; נו, דיין מאמע האט געוואוסט וואס זי רעדט, איך קוק יעצט נאך אין מס' מגילה אויב זי ווערט אויסגערעכנט צווישן די נביאות..
נשלח ב-18/1/2006 17:41
איך געדענק נאך ווען...
עלטערן פלעגן זיין פארנומען טעג פארן חתונה מאכן די טאכטער, אויסצופאקן די חפצים אין די נייע דירה, אנע דעם וואס פרעמדע זאלן וויסן פונקטליך וויפיהל פּאָר וועש יעדער האט זיך באשטעלט.
נשלח ב-18/1/2006 17:47
ווען אין קרעטשמע איז נישט געווען קיין עמערדזשענסי קאלס
נשלח ב-18/1/2006 18:07
... ווען מען פלעגט אנהייבן אשרי ובא לציון אנע דעם וואס איינער זאל אויסקלאפן אויפן באלעמער מורי ורבותי ברשות כל הקהל הקודש איז באשטימט געווארן היינט אן אפיל פאר מוסדות פיתום ורעמסס וואס איז די איינציגע מוסד אין בבל וואס שטייט על טהרת הקודש אן נעמען קיין פרוטה פון די רעגירונג (וואס גיבט סיי ווי נישט).
נשלח ב-18/1/2006 18:12
נאך א לענגערע דרישה וחקירה אין תיבה אישית קען איך מעלדן פארן חשוב'ן עולם אז די ווארט גיגילום וואס דער 'קנאי' האט געשריבן אויפן פריערדיגן בלעטל, מיינט גלגולים... עס פלעגט זיין אן אלטער איד וואס פלעגט צוזאמקלויבן אלע בילקעלעך פונעם גאנצן שוהל און דאס געבן פאר די פייגלעך, ווייל זיי פארמאגן זיכער אין זיך נשמות פון גלגולים.
נשלח ב-18/1/2006 18:34
יא, איך געדענק נאך ווען איך פלעג שרייבן דא... הוי איז דאס געוועהן גוטע צייטן... (באמת האב איך שוין געהאט פארגעסן, נאר מען האט מיר דערמאנט)
- ווען קרעמער האט צוגעזאגט עפעס בילדער פון אוקריינא...
ווען מיין אונטערשריפט האט נערווירט איינעמ'ס מענטשהייט (קרעמער, איך שרייב נישט דיין נאמען.)
................
נשלח ב-19/1/2006 04:29
אוי נפחא,
כשמך כן תהלתך.
שרייב נאך אביסל
נשלח ב-19/1/2006 05:00
ניני;
איך האב די בילדער גרייט, אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט מען זאל זען דיין פרצוף. (איך האב נישט קיין פראגראם וואס קען אומקלאר מאכן די פנימ'ער פון מענטשן וואס מען זעט אויף די בילדער, אמאל פלעג איך האבן MICROSOFT PHOTO EDITOR אבער היינט האב איך גארנישט, אפשר פארשאפסטו מיר אזא פראגראם?).
...ווען יוסף הצדיק איז געזעצן און געשריבן אויף היימישע קרעטשמע.
...ואידך זול גמור...
נשלח ב-19/1/2006 18:12
ווען א חומש האט געקאסט 2 דאלאר
נשלח ב-19/1/2006 22:05
ווען די גרויסע פאפירענע ברוינע בעגס זענען געווען אנשטאט די היינטיגע "שאפינג בעגס"... (יא, וויפיל מאל האבן זיך די בעגס צוריסן אויפן וועג צו די קאר..., איבערהויפט אויב די בעגס זענען נאס געווארן...)
נשלח ב-19/1/2006 22:19
....ווען א יעדער פלעגט נאך גיין אין גראסערי מיט די שאפינג קערידזש נישט נאר די באבעס
....ווען מען האט נאך געלאכט פון פיליפס גראסערי אז ער האט נאך נישט די גרויסע פארגעשריטענע רעדזשיסטער (ער פלעגט קליינע חשבונות רעכענען אויף די אויבעדערמאנטע ברוינע בעגס און גרעסער ארדערס פלעגט ער האבען א פשוטע קאלקעלעיטאר)