נאטורליך, דו שיינסט מיר צו זיין איינער וואס מיינט אז ווען מען גייט ארויס פון וויליאמסבורג פאלט מען אראפ פון די גלאוב און מען טרעפט זיך אין אנטארטיקע אדער ווייסעך וואו אין די אפריקאנער מדבריות.
וויסן זאלסטו אז עס עקזיסטירט א געגענט אין ניו יארק מיטן נאמען קרית יואל, און דארט זענען דא די נעמען פון די גאסן וואס דו זעהסט דא.
אבער שעם זיך נישט, קומענדיגע מאל דו פארשטייסט נישט עפעס, פרעג איבער, אזוי וועסטו צוביסלעך געוואויר ווערן מער און מער וויכטיגע און אומוויכטיגע נוצליכע און אומניצליכע קראנטע און אומקראנטע קענטעניסן.
|
|