איך פיר זיך צו קויפן א קליין - אבער וויכטיג - ספר'ל פאר אונטער צען דאלער. איך קויף געווענליך א ספר וואס איך וואלט געוואלט אז מען זאל מיר קויפן היינטיגע צייטן, נישט א ספר וואס א דרייצען יעריגער האט ליב (אידיש, אדער גרינגע לשון קודש). ווייל למעשה: דאס וואס מען באקומט ביי די בר מצוה, פארבלייבט אויף אייביג, און מען וויל זיך באנוצען דערמיט לאורך ימים ושנים.
אבער איך קויף נישט פאר יעדן קאזען, נאר דארט וואו איך ווער געלאדענט צו עסן דארט די סעודה צוזאמען מיט די פאמיליע (אזוי אז מען שפארט זיך א נאכטמאל אין שטוב), אדער ווען איך קען דעם בחור פערזענליך גוט.
|
|