איך פריי זיך אז דער עולם גלייכט מואווי רעוויו'ס, אבער עס טוט מיר זייער לייד אז קיינער האט מיר נישט אויפגענומען ווי עס פאסט זיך פאר אן אלטער מנהל משנה. איך רעד נישט אז מען זאל מיר מכבד זיין מיט לעקעך און א שנאפס בראנפן, נאר פשוט זאגן העלא, פון וואנעט קומט א איד? ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט פאר איין אלטער שרייבער, און כל שכן פאר איינער וואס האט געטראגן דעם אמט פון מנהל משנה... אבער אז איך זע אז קיינער קימערט זיך נישט מיט מיין כבוד, און כבוד התורא איז דאך נישט א זאך וואס מען קען אזוי אוועקמאכן, האב איך זיך אנגענומען פאר מיין אייגענע עהרע און געמאכט דעם אשכול, און לאמיר זען ווער וועט זאגן א גוט ווארט.
נו, לאמיר זען אן ענטוזיאסטישע ברוך הבא, אז נישט וועל איך זיך ווידער מוזן אומקערן צו מיין לעכל, און פארבלייבן פאר נאך א האלב יאר...
נשלח ב-21/9/2005 01:26
העלאו לאוולי, האו אר יא טאדעי?
איך האב מורא געהאט דיר צו זאגן שלום עליכם, איך האב מורא געהאט אז די גייסט מיר אנמעסטן מיט אזעלכע בליקן, ווי צו זאגן, ווער ביסטו די 'נפחא', איך בין דאך געווען אמאל מנהל משנה דא(רט).
נשלח ב-21/9/2005 01:31
טו, פאר, סיקס, עיט.
הו דו ווי עפרישיעיט?
לאווווווווווווווווווווווולי
דאס וואלט באלאנגט פאר די אשכול פון "קינדערישע זכרונות", אבער אזוי ווי לב-לי בעט זיך אזוי שיין פאר אביסל כבוד, האבן מיר אים נאכגעגעבן.
גראדע קען איך דיך נישט אפילו נישט פון די אלטע צייטן, אבער וויבאלד איך האב איבערגענומען דיין פלאץ אין די הנהלת הקהילה, וועל איך פשוט אלס דשענטלמאן צו זיין א פאלעטישאן אזויווי עס פאסט פאר א ראש הקהל, צוגיין צו דיר מיט אזא סאלידן שמייכל און אויסגעשטרעקטע צוויי הענט און אויסרופן:
שלום עליכם ר' לאוולי!...., און דאן רייכן די האנט זיבל'ישערהייט פאר עטליכע מינוט קוקנדיג איינער אויפן צווייטן אן ארויסרעדן א ווארט...