איך האב נישט וואס צו שרייבן
העלפטס מיר ארויס מיט מיין ארטיקל דא, איך וויל שוין זייער לאנג שרייבן אבער איך האב נישט וואס,
איך בין זייער באבלאזן אז כ'אב פארלוירן די לאטערי שפיל מעגא מיליאן פון 250 מיליאן טאלער, א נישקשה'דיגע (דעם גייט ווערן מיין ווארט) סכום. טאקע א גרויסע אבידה איך האלט מיך נאך אינמיטן צאמקלויבן דערפון. א איד האט אמאל געזאגט פארוואס געווינט נישט א איד די לאטערי? ווייל דער באשעפער וויל נישט מצער זיין אזויפיל אידן. סאו גאו פיגר, נישט גוט געזאגט, גאו פיגער.
א נייע סייט פון בחדרי חרדים האט זיך געעפענט און איז אדווערטייזט אויף היידפארק, איך האב נאכנישט דורך געטוהן צי דעס האט עפעס צו טוהן מיט די פורום בחדרי חרדים אדער דאס איז עפעס אנדערש, עס זעהט מיר אויס אויף די רגע אז יא, אבער ס'קען זיין אז נישט. סיי וויאזוי האט דאס זיכער צו טוהן מיט היידפארק אליינס, ווייל ס'ווערט דאך געלינקט אהין דורך היידפארק, מסתמא גייען זיי אהין פארשיקן אלע פורומים פון מסורת ווער ווייסט, אבער דאס פארענטפערט נאכנישט די קאשע פארוואס יעדע נאכט לעצטענעס איז גאנץ היידפארק טויט ווי ביי א גוסס, לא עלינו.
פאר צווייטע וועלט מלחמה ליבהאבערס איז דא א גאנץ אינטערעסאנטע פילם saving private ryan מוראדיג דראמאטיש אראפגעלייגט און זייער עכט, די אמעריקאנער אינוואזיע אין נארמענדי, די מעשה גייט א אלמנה וואס אירע פיר זון זענען געגאנגען אין מילטיער אלע זענען געהרגט געווארן חוץ איינער וואס איז געפאנגען געווארן ביי די דייטשן, האט מען בעאויפטראגט א גאנצע דיוויזיע מיט א גענעראל וואס זאלן זיך אפגעבן מיט אים ארויסראטעווען כדי ער זאל איבערבלייבן צו זיין פאראיינזאמטן מאמען. שפאנענד און פארכאפנד, וואס? די אטעם. אאון אויך די שלאף.
זייטס מיך דן לכף זכות איך בין געווען זייער מיד ביים טייפן די תגובה, יעדנפאלס, מיין כוונה איז א ריינע דער עולם זאל הנאה האבן, טוטס א טובה און האטס.
 |
|
|