בית פורומים היימישע קרעטשמע

פיינט האבן א דיין!!!!!!!!!!!!!!?????????

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/9/2005 20:43 לינק ישיר 
פיינט האבן א דיין!!!!!!!!!!!!!!?????????


וויאזוי קומט דאס צו מיר אז איך האב א געפערליכע שנאה צו אונזער באליבטע דיין 'ערעב זרח'????

איך דריי מיך שוין ארום די לעצטע שטיקעל צייט מיט א שרעקליכע שנאה צו 'זארעככ', אנפאנג האב איך געטראכט אז אפשר האט ער מיך פיינט, במילא 'כמים הפנים לפנים, כן לב האדם אל האדם', אבער לעצטענס האב איך געפרעגט 'זרח' צו ער האט מיך פיינט, און ער זאגט מיר 'כאסבעשאלעמ' סאו פון וואס דען נעמט זיך מיין שנאה צו אים???

אזוי דריי איך מיך שוין ארום א שטיק צייט אן א קאפ, נישט קענענדיג דערגיין די סיבה צו מיין שנאה אויף אים.

ביז לעצטענס האב איך אפגעמאכט אז ס'מוז זיין א 'שנאת עם הארץ לתלמיד חכם', און איך האלט אז עס ליגט א שטארקע אמת דערין.
וואס האלט עטס חברה?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 20:48 לינק ישיר 

אין אדם משים אצמו רשע, אבער עס קען זיין דו פיהלסט אומבאקוועם איהם צו גיין פרעגן שאלות וועגן דיין גערוך ממילא האסט איהם נישט ליב



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 20:56 לינק ישיר 

מ'קען זיין א עם הארץ, און נישט זיין א רשע.

און צווייטענס, 'עצמו' ספעלט מען מיט א ע', נישט 'אצמו' מיט א א'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 20:57 לינק ישיר 

נפחא;

האסט גוט געטאן אז דו שמועסט עס אויס ברבים(...) ווייל עס שטייט אז די איסור פון לא תשנא את אחיך איז נאר אויב עס בלייבט בלבבך, אויב אבער מען זאגט פאר יענעם אין פנים אריין: "איך האב דיר פיינט"! איז לויט כמה פוסקים שוין נישט דא דערביי די איסור פון לא תשנא.

איך וואלט דיר געראטן זאלסט זיך נישט צוקריגן מיטן דיין, ווייל דו וועסט נאך ברויכן צוקומען צו אים בנוגע דיינע שאלות.

פרוביר נעמען דיינע שמאטעלעך אין קאורט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 21:04 לינק ישיר 

נפחא מען טאר נישט פיינט האבען קיין שום אידיש קינד, אפשר קען מען עפעס טון עס זאל קומען צו א שלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 21:10 לינק ישיר 

יעצט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט (שווארצע) קאפי (אן ציקער) אנאן און ער זאגט אז ווי נאר ער פארפארטיגט מיט דעם שלום אפמאך צווישן קאטרינא און ריטא ווער עס זאל האבן די מאכט איבער לואיזיאנע... וועט ער זיך נעמען צו די אינטערנאציאנאלע ברודער קריג צווישן 'נפחא' און 'זרחפעפער'.

לאמיר האפען אז מען וועט נישט ברויכן אריינמישן אויך דעם פויפסט מיטן דיילא לאמא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 21:20 לינק ישיר 

איך מיין אז די פויבסט וועט גאנץ גיט ציניצקימען דא.

===============
קול מבשר נייעס


א שרעקליכע מחלוקה האט אויסגעבראכן און קהל שערי קנייטש הוטקע, נאכדעם וואס איינע פון די מעמבערס האט געלאזט פאלן מיאוסע סטעיטמענטס אויפן דיין, מ'בעט יעדעם איינעם וכו'.

תוקן על ידי - nafcha - 22/09/2005 21:18:53



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 21:29 לינק ישיר 

אנטשולדיגט נפחא פאר דעם טעות פון 'אצמו' עס איז געווען טעות הבחור הזעצער, אויך האב איך נישט געמיינט צו זאגן רשע איך האב נאר געמיינט דעם געדאנק אז מען קען נישט מבזה זיין זיך אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 21:33 לינק ישיר 

איך וויל בעטן אלע מעמבערס אז מען זאל זיך נישט אינגאנצן איבערבעטן היינט... לאזט עפעס איבער פאר ערב יום כיפור...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/9/2005 02:28 לינק ישיר 

איך ווייס... עממ... עממ... שוין ווייסט וואס... גארנישט... זאל זיין אזוי, ס'גוט אזוי אויך... כ'מיין ס'מוז דאך זיין אזאנ'ס אויך אין די קרעטשמע... נא גוט לאז זיין אזוי...

איין זאך נאר, וועם פונקטלעך האסטע פיינט? דעם ניק זרעכ? אדער זארעכ'נ זעלבסט? אדער דעם דיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 14:45 לינק ישיר 

סזאאארעעעכךח.... איי לאוו יו! סאו דאונט איווען באדער, כ'מיין, פארט א 'נפחא'...., ס'קען זיין דו האסט אים עפעס גע'פסל'ט לעצטנס געדענקסט אזא זאך??...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 01:15 לינק ישיר 

טענק יו, טענק יו, האנאר ראשאקאל, פאר יור DIVREI CHIZUK, איט וואס עי ריעל CHIZUK פאר מי.

טענקס עגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 20:55 לינק ישיר 

מיט גרויס פרייד מעלדן מיר, אז ס'איז אויסגעהאמערט געווארן א שלום צווישען מיר מיטן דיין.

ספעציעל יעצט אז איך בין ארויף מער צו די אויבן-אן, קען איך מיך נישט ערלויבן צי זיין ציקריגט מיט איינעם פון אונזערע מעמבערס, נאכדערצו די דיין.


'והכל על מקומו יבוא בשלום'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 21:02 לינק ישיר 

קוידעמ א הערצליכן 'מאעזלטאוו' פאר דיין נייעם פאסטן

דער פון אויבן זאל העלפן זאלסט קענען פירן דעם פארום

על מי מנוחות - נישט ח"ו על מי מריבות

דערנאך, בנויגיי-עה אונזער קריג כ'מיין ס'געווען עפעס אזא סארט 'מריבה על מי מנוחות'...

נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 22:39 לינק ישיר 

זרעכ;

ברוכים תהי',
די ביסט גערעכט עס איז געווען על מי מנוחות, נאר כדי 'להוציא מלבן', האב איך געמאכט די דיסקלעימאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פיינט האבן א דיין!!!!!!!!!!!!!!?????????
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext