וואס מיינט א כשר'ע מואווי?
ווי יעדער ווייסט און קען עדות זאגן, איז נישט פאראן אזא מציאות ווי א כשר'ע מואווי. פון סיי וועלכע זייט מ'וועט עס נאר ארומדרייען וועט מען זען אז עס איז נישט אויסגעהאלטן נישט מדאוריתא און אוודאי נישט מדרבנן.
ווען איך האב אבער געשריבן און געבעטן אז מ'זאל צולייגן א רעיטינג מיטן הכשר פון די קרעטשמע זענען געווען וואס האבן טאקע נישט פארשטאנען וואס איך וויל דערמיט.
וועל איך דא אראפגעבן מיין געדאנק.
א מואווי וואס האט שיסערייען איז מעגלעך אז ס'טויג נישט פאר א קינד וואס אט די מעשה רציחה גייט אריין אין זיין פריש קעפל, און דאס מאכט טאקע אן א חורבן אפי' ביי די גוי'שע וועלט. אבער ווען זיי הייבן אן צו לייגן בילדער וואס מען איז פארנומען מיט מעשה אדם וחוה און בין איש לאשתו, וואס רוב "גוטע" מואוויס זענען פיל דערמיט, איז שוין א באזונדערע מעשה. דאס קען מען באצייכענען אלס נישט כשר. א פרוי איז נישט אזא פראבלעם. אבער ווען זיי גייען אריין אין אינטימע חלקים בחדרי חדרים דאס איז שוין א שטיקעלע פראבלעם.
פארשטאנען?
דאס איז לפי עשירות דעתי המרומם...
|
|