|
|
| נשלח ב-29/9/2005 20:43 |
|
| |
אז...
די לענג פון די קליינע פינגער איז די לענג פון די נאז?
טשעקאראט.
מקור: מדרש תלפיות
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 21:05 |
|
| |
... אז יעדע פון די פינף פינגער איז באשאפן געווארן צו באדינען אן אנדערע פון די פינף חושים?
דער דיקער פינגער איז געמאכט אוועקצושארן די האר פון ארום די מויל, מען זאל קענען עסן.
דער צווייטער פינגער איז געמאכט פאר די נאז.
דער מיטעלסטער פינגער איז דאס לענגסטע און דערגרייכט די ווייטסטע, דאס איז געמאכט צום שפירן און טאפן.
דער פערטער פינגער איז געמאכט פאר די שמוץ פון אויג.
דער קליינער פינגער איז געמאכט צו פיצן די אויער.
מקור: רבינו בחיי!
ער שרייבט אז יעדע פינגער לויפט פון זיך אליין צו איר תפקיד!!! פרובירט אכט געבן דערויף, וועט איר זיך איבערצייגן!!!
וז"ל: חכמי הטבע כתבו בספריהם כי כשם שכל אבר ואבר מאברי הגוף נברא לתועלת מיוחד בגוף, ויש ברובן שבכל אחד ואחד כלול שתים שלש תועליות ואין בו דבר לבטלה, כך חמש אצבעות שביד כל אחד ואחד מהם נברא לתועלת מיוחד, והוא כי כל אחד מהאצבעות הוא משרת לחוש אחד מחמשה חושים שבאדם שהם עיקר האדם ובהם מתגלים כחות הנפש, הראשון [- האגודל] משרת לקנוח הפה והוא שבו חוש הטעם, והשני [- האצבע] תוך הנחירים שבו חוש הריח, והג' [- האמה] לחוש המשוש למשש בכל חלקי הגוף ולפיכך הוא ארוך מכולן, והרביעי [- הקמיצה] לקנח העין, והחמישי [- הזרת והוא קטן שבכולם] לקנח האוזן, והקב"ה ברא בגוף האדם חמשה חושים ומסר להם חמשה משרתים שהן האצבעות וזהו שלמות הטבע, כי אין הטבע עושה דבר לבטלה, ואנו רואין כי כל אחד ואחד מהאצבעות הולך לחוש שלו תמיד שלא בכוונה, יתברך ויתעלה היוצר יוצר בראשית אשר יצר את האדם בחכמה (רבינו בחיי ויקרא ח', כ"ג, ובשלחן של ארבע סוף שער הראשון).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 00:00 |
|
| |
...אז די זאמד און שטיינער וואס מ'האט ארויסגענומען פון די פינפטע עוועניו און פיר און דרייסיגסטע גאס צו בויען דעם עמפייער סטעיט בילדונג האט געוואויגן מער ווי די גאנצע עמפייער סטעיט בילדונג?
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 00:10 |
|
| |
The nursery rhyme Ring Around the Rosey is a rhyme about the plague. Infected people with the plague would get red circular sores ("Ring around the rosey..."), these sores would smell very badly so common folks would put flowers on their bodies somewhere (inconspicuously), so that it would cover the smell of the sores ("...a pocket full of posies..."), People who died from the plague would be burned so as to reduce the possible spread of the disease ("...ashes, ashes, we all fall down!")
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 00:14 |
|
| |
The dollar symbol ($) is a U combined with an S (U.S.)
Our eyes are always the same size from birth, but our nose and ears never stop growing.
There are two credit cards for every person in the United States.
The United States government keeps its supply of silver at the U.S. Military Academy at West Point, NY
The white part of your fingernail is called the lunula.
The only city whose name can be spelled completely with vowels is Aiea, Hawaii, located approximately twelve miles west of Honolulu.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 21:17 |
|
| |
ר' מתתי שרייבט גאנץ א געשמאקער אידיש
און ער איז מיט דעם אויך הונדערט פראצענט גערעכט אז אידיש איז א רייכע שפראך און פארמאגט אויסדרוקן און ווערטער פאר יעדע איינציגסטע זאך.
אבער ווער האט עס רייך געמאכט? לאמיר געבן א קוק:
דער מקור פון אידיש ווייסט דאך יעדער איינער איז דייטש.
אידן אין אייראפע האבן אדאפטירט דעם שפראך און עס מיטגענומען צו זייערע לענדער. אין יעדן לאנד האט אידיש צובאקומען פרישע ווערטער פון די ארטיגע שפראך, און די אייראפעאישע מענטשן האבן עס נאך די מלחמה מיטגענומען מיט זיך ווייטער קיין אמעריקע און אנדערע לענדער.
די אידיש פון פאר אמעריקע איז אלזא א געמיש פון דייטש, פויליש, רוסיש א.א.וו. די אידיש פון אמעריקע איז א געמיש פון די אלע שפראכן און אויך ענגליש. אין ארץ ישראל איז עס א געמיש פון די אלע שפראכן, און אויך אביסל ענגליש און אסאך עברית.
נעמט למשל אזא ווארט ווי פאדלאגע, וואס ר' מתתי' האט געברענגט זיך צו רייצן מיט אונז.
צי ווייסט איר ר' מתתי' אז פאדלאגע איז ריין פויליש?!
און דאס זעלבע איז מיט פאוואליע, וואס איז אויך איינע פון די ווערטער מיט וועלכע אידישיסטן שטאלצירן.
דער ריכטיגער אפטייטש פאר Floor אין אידיש ר' מתתי וואלט געדארפט זיין באדן, לענ"ד (אזוי רופט מען עס אין דייטש).
און דער ריכטיגער אפטייטש פאר Slowly וואלט געדארפט זיין לאנגזאם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 19:56 |
|
| |
-רוב נעמען פון די וויליאמסבורגער גאסן, זענען געגעבן געווארן נאך א טייל פון דו חותמים אויף דו דעקלעראציע פון אומ-אפהענגיגקייט (DECLARATION OF INDEPENDENCE)
איך קאפיר נאר דו נעמען, פאר'ן פולען טקסט האט איר דא א לינק http://www.ushistory.org/declaration/document/
--John Hancock
New Hampshire:
Josiah Bartlett, William Whipple, Matthew Thornton
Massachusetts:
John Hancock, Samuel Adams, John Adams, Robert Treat Paine, Elbridge Gerry
Rhode Island:
Stephen Hopkins, William Ellery
Connecticut:
Roger Sherman, Samuel Huntington, William Williams, Oliver Wolcott
New York:
William Floyd, Philip Livingston, Francis Lewis, Lewis Morris
New Jersey:
Richard Stockton, John Witherspoon, Francis Hopkinson, John Hart, Abraham Clark
Pennsylvania:
Robert Morris, Benjamin Rush, Benjamin Franklin, John Morton, George Clymer, James Smith, George Taylor, James Wilson, George Ross
Delaware:
Caesar Rodney, George Read, Thomas McKean
Maryland:
Samuel Chase, William Paca, Thomas Stone, Charles Carroll of Carrollton
Virginia:
George Wythe, Richard Henry Lee, Thomas Jefferson, Benjamin Harrison, Thomas Nelson, Jr., Francis Lightfoot Lee, Carter Braxton
North Carolina:
William Hooper, Joseph Hewes, John Penn
South Carolina:
Edward Rutledge, Thomas Heyward, Jr., Thomas Lynch, Jr., Arthur Middleton
Georgia:
Button Gwinnett, Lyman Hall, George Walton
סך הכל:
בארטלעט, וויפעל, טארנטאן, גערי, ראש, פרענקלין, מארטאן, קליימער, טעילאר, ווילסאן, ראס, ראדני, ווייט, לי, העריסאן, הופער, הויס, פען, ראטלידזש, העיווארד, לינטש, מידלטאן.
איך זעה נישט ראביי זשאועל טייטלבאום אויף דו ליסטע, ווייסט אפשר איינער נאך וועם דו גאס הייסט?
(צו ווייסט איר בכלל פון דו גאס???)
תוקן על ידי - mefikel - 02/10/2005 20:05:21
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 19:57 |
|
| |
אז איך האב נישט קיין כוח?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 20:21 |
|
| |
מפוקל
דער סענדזשארדזשער רבי ז"ל (אביו של ר' יוסף לייב קאהן שליט"א) פלעגט זאגען אז דערפאר הייסט די גאס 'יוז':
ווייל איך יוז עס
עד כאן לשון קדשו, ודברי פי חכם חן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 20:39 |
|
| |
אז מען רעדט שוין מהני מילי מעלייתא פון סענדזשארדזש'ן רבי'ן ז"ל האב איך מיך דערמאנט נאך א ווארט וואס ער פלעגט זאגן ביים טרינקן די קאווע מיט צוקער אז וועגן דעם הייסט צוקער אויף ענגליש 'שאָגער' ווייל עס דארף זיין שגור בפיו, ודפח"ח, ער איז געווען א חשובער פארצייטישער איד,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 21:42 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין פון ענגלי/דישע ווערטלעך:
עס איז דא א ווארט (דאכט זיך מיר פון צעהלימער רב זצ"ל):
ו'שא נס' לקבץ גליותינו = עס וועט זיין SO NICE
אויב השי"ת וועט צוזאמנעמען די גליות'ער, יה"ר בב"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 00:23 |
|
| |
שלום וברכה, ר' שמרק
א גוטע וואך און א גמר חתימה טובה אייך, און אלעמען.
איר זענט גערעכט ר' שמרק. איך בין אבער נישט קיין לינגוויסט. עס אינטערעסירט מיך נישט פון ווו איז דער אפשטאם פון די ווערטער. דורך ווו זענען זיי געקומען צופארן, און ווען האבן זיי זיך מגייר געווען.
ערשט צוריק מיט צוויי יאר, האב איך זיך גענומען לערנען
ליינען און שרייבן אידיש. כ'האב מיר געקויפט א יידיש-העברעישער ווערטערבוך. און די ווערטער וועלעכע זענען אין
דעם בוך פארשריבן, זענען פאר מיינעטוועגן, אידיש.
יעדעס מאל ווען איך באגעגן זיך מיט אן אומבאקאנט ווארט, גיב איך א בלעטער אויף דעם ווערטערבוך און אט אזוי, לערן איך זיך, נאך א ניי ווארט, און נאך א ניי ווארט.
פון דעם ווערטערבוך, און פון די העברעישע לערן-מאטעריאלן וואס כ'האב געפונען, און זענען פארשטענדלעך פאר מיר, האב איך זיך אויסגעלערנט די כללים. דאס קען איך, אזוי האב איך זיך צוגעוואינט און אזוי שרייב איך.
דאס וויכטיקסטע איז, אז מיר זאלן זיך פארשטיין איינער דעם אנדערן. א ביסל טאלעראנץ וועט נישט שאטן. איך ווונטש אייך אלע, א גוט געבענטשט יאר בגשמיות וברוחניות.
מאטעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 16:01 |
|
| |
וועגן די נעמען פון וויליאמסבורגער גאסן וויל איך מוסיף זיין די פאלגענדע:
ROEBLING - די בויער פונעם ברוקלין בריק, דזשאן א. ראבלינג און זיין זון וואשינגטאן ראבלינג. דער טאטע איז נעבעך אומגעקומען נאך פאר מ'האט געלייגט דעם פונדאמענט פאר'ן בריק.
MARCY - לענ"ד קומט מארסי פונעם מיטלסטען נאמען פון וויליאם טוויד (WILLIAM MARCY TWEED) דער באלעבאס פון טאמאני האל און דער טאטע פון אלע קארופטירטע שטאט טאטעס. צווישן זיינע אויפטוען איז דער טוויד'ס קאורטהאוס אויף טשעמבער סטריט, דארט וואו עס "גייען" צוויי מענטשן אויף עלעקטראנישע שילדן בייטאג און ביינאכט. (צווישן PARK ROW און BROADWAY.)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 16:41 |
|
| |
גוט מארגן ר' שלמה זלמן נ"י
די מענטשעלעך וואס 'גייען' כסדר (ווי ערווענט אין אייערע ווערטער) דערמאנען מיר פון דעם מאמר חז"ל: אנו רצין והם רצין כו' והם רצין לבאר שחת...
זיי לויפן און לויפן און קומען אין ערגעץ נישט אן... ממש א בחינה ווי מיר אלע אין דעם טאג טעגליכן לעבנס-שפאן. (פארשטייט זיך: נאר ווען מען איז עוסק אין דברים של מה בכך, אנדערש איז אבער ווען א איד איז עוסק אין פרנסה, צו קענען שפייזן זיין פאמיליע, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען וכדומה, דאן איז דאך די גאנצע עסק הפרנסה א שטיק מצוה! [עי' מהרש"א ברכות ו' ע"ב]).
|
|
|
|
|