ערעב מאטעס;
צוערשטנס שלום עליכם אייך, ווייזט אויס אז צווישן יום כיפורים און פורים האט איר נישט קיין צייט אריינצופאלן אין די קרעטשמע, ווייל די לעצטע מאל איר זענט דאהי געווען האט איר זיך געקריגט מיט אונז אז איר קענט שוין אויספאסטן און מיר שטייען נאך איינגעהילט אין די ווייסע קיטלן און טליתים און קלאפן על חטא (צו אונזער מזל האבן מיר דאס געליינט הערשט נאך די קאלטע בראנפן און ווארימע קאווע פארביסן מיט געשמאקע קאקאש קעיק).
שנית, וויל איך אייך אויפמערקזאם מאכן אז איר האט נאך א שמחה, ווייל אין שמחה אלא בבשר שטייט אויך, און איר בייסט אריין אין אונזער פלייש מיט אייערע תגובות... אבער מיר ווייסן דאך אז אין מערבין שמחה בשמחה, אלזא איז בעסער זיך צו האלטן מיט איין שמחה און שוין.
אגב, ברויך מען פרעגן דעם חשוב'ן דיין אויב עס איז בכלל ערלויבט צו טרינקן וויין אום חודש אדר!?! ווייל אין חודש ניסן געפונען מיר אז מען טאר שוין נישט עסן קיין מצה פון ראש חודש, כדי מען זאל דאס עסן צו דער זעט, נו, וואס איז די וויין פון פורים עפעס א מפיל קינד? מוז מען איר דען נישט טרונקן מיט א הונגעריג בייכל? פון די אנדערע זייט ווייסן מיר דאך אז וויין האט אן אנדער דין אפילו לגבי פסח, ווייל אום ערב פסח זענען דא שיטות אז וויין מעג מען יא טרונקן (זעה די שיטות אין שו"ע אדער פרעג דעם דיין, איך ווייס נאר פון וואס איך געדענק אז "טובא מיגרר גריר", אויב מען טרונקט אסאך וויין, טוהט דאס אנרייצן דעם אפעטיט פאר "נאך").
ילמדנו רבינו...
 |
|
|