לאוולי, קרעש איז גראדע גאנץ א זיסער פילם, ווען דו וואלסט געליינט די דעסקריפשאן פאר'ן קוקן די פילם וואלסטו אפשר אנדערש גערעדט
עס ברענגט ארויס זייער אינטערסאנט די בלינדע ראסיזם וואס הערשט צווישן אמעריקאנער גרופעס, ספעציעל נאך סעפטעמבער 11, כאטש קיינער איז נישט גרייט מודה צו זיין דערין.
די מעשה דארף נישט האבן קיין גוטע סוף ווייל נישט דאס איז דער תכלית פון די פילם.
איינס פון די אינטערסאנטסטע חלקים פון די פילם איז וויאזוי אלע כאראקטערס קומען זיך צוזאם אויף עפעס א וועג אינעם פילם.
איך האב עס גערעיטעד 4 ביי נעטפליקס.
אבער יעדער איינער דארט האט עס גערעיטעד 5
|
|