| נשלח ב-30/9/2005 06:09 |
|
| |
ברכת השנה פארן דיין שליט"א
טייערע ליבע חברי הקרעטשמע ני"ו
מיר ברויכן אייך נישט מסביר זיין ווי שווער דער דיין ר' זרח מוטשעט זיך אפ מיט אייערע שאלות ווילאנג די יאר איז. דא פארגעסט איינער און גיסט אריין אין גומען א גלעזל לעמאן קאקטעיל אן א ברכה, לויפט מען צום דיין מיט די גאנצע גלעזל און מויל און מען פרעגט: גרגל גרגל גרגל... און דער דיין ברויך זיין א מורח ודאין, דערשנאפן און דערטאפן וואס דער יעניגער וויל פון אים... אפשר איז יענער סתם מקיים דעם ימלא גרונם של תלמידי חכמים יין... אדער גאר וויל ער מאכן א וירקה בפניו פונעם דיין.
אין די קריטישע מינוטען ווען עס איז נישטא קיין איבריג צייט, יעדע רגע איז קריטיש וויכטיג, ווייל דער בורבען ווארימט זיך אן פון די גומען, און דאן איז עס שוין פגום און מוקצה מחמת מיאוס, נישט אראפצושלינגן און נישט אויסצושפייען, אבער אונזער דיין מיט זיין גרויס סייעתא דשליים ברויך נישט נאכקוקן אין קיין ספרים וואס די הלכה איז אין אזא פאל, ער נעמט ארויס דעם פאלם פיילאט און דרוקט אריין גרגל גרגל גרגל, אויפן מאמענט קומט ארויס א פסק הלכה: ריק אריין דעם גאנצן שליוואוויץ צום רעכטן באק, האלט ארויף דעם גענאק, און מאך א ברכה מיטן פולן געשמאק!
פרעג איך אייך, קומט דען נישט פארן דיין א באזונדערן אשכול וואו יעדער זאל זיך קומען אנווינטשן, מקבל מרות זיין און משפיע זיין אביסל ירקות פארן דיין וואס גיבט זיך אוועק בלב ובנפש פאר אונז אלעמען. גלייבט מיר אז דער חשוב'ער דיין איז לא לכבוד עצמו דורש, ער אליין האט גארנישט פון די גאנצע דיינות, ניטאמאל קיין סידור קידושין קריגט ער, אדער די גאבעלע. כאטש אזויפיל, איינמאל אין יאר ליידיגט אייך אויס די קעשענעס, און אנשטאט אריינווארפן די ברעקלעך אין תשליך פאר די פיש, זייט מוחל און גיסט אויס די גרינע אויפן טיש.
אלזא טייערע חברים, כולם אהובים כולם שכורים, נעמט אייך די מיה און טירחא, שענקט עטליכע פון אייערע טייערע מאמענטן, פארן דיין דעם באקאנטן, מורינו הרב ר' זרח פעפער שליט"א יחי!
ההנהלה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 06:16 |
|
| |
אלס ידיד נאמן מיטן חשוב'ן דיין וועל איך זיך ערלויבן צו זיין דער מתחיל במצוה:
איך וויל אנוואונטשן דעם חשוב'ן דיין זאל לעבן, אז ער זאל האבן וואס ווייניגער שאלות במשך'ן יאהר. דער עולם זאל נישט פארגעסן קיין יעלה ויבוא ביי די בורא נפשות, און נישט מוריד הגשם ביי אשר יצר. יעדער זאל געדענקן אז אויף איין בראנפען גלעזל ברויך מען קיין נאך-ברכה נישט מאכן, העכסטנס א 'נאך' ברכה. מאמע נאך...
קרעמער, דער געוועזענער ארענדאר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 14:28 |
|
| |
פארן דיין העל איך עס מאכן קורץ און שארף:
לללעעעעשאאאאאאאאאאננננעעהעעעעעעעע
תטאווייייוווווווובבעהעעעעעעעעעעעע
טתיקאססססעעעעעעעעעעעוווווובבווווו
בבבעסיככככאסעעעעמממממממממממממממממ
ללעעעעעעעעאאאאאאאאלטטעעעעעעעעעררר
לללעעעעעעעעעכככככיייייעעעעעעעממממ
תתתתתתתתתתתתתאויבעעעעעעעעממממממממ
אאאיללעעעעעעשאאאאאלעעעעממממממממממ
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 22:34 |
|
| |
ערב ראש השנה תשס"ו לפ"ק
תכלה שנה וקללותיה – תחל שנה וברכתיה
שלומים מרובים, כטל וכרביבם, יחול על ראש כל ידידינו החביבים.
בעמדינו כצאת השנה אשא כפי ואברך, לכל החבירים והידידים כ"א בשמו הטוב יבורך.
את שמות הידועים, וגם לאלו השמות אשר אינם גלויים.
ודעו נא רבותי חברים, כי א"א לפרט כאו"א כי המה רבים.
ומחמת ריבוי העם, תחשב נא זאת בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
ברם כל זאת, אי אפשר להתאפק רק בזאת.
כי אלו לאלו שואלים, כי ישנו מאלו אשר מהם א"א להתעלם.
אשר ע"כ אנקוט האי כללא בזה העת, כי לכל כלל חוץ נמצאת.
1. ובראש וראשון אתן ברכתי, לראש הכותבים אשר אחד מאלף מצאתי.
וכולם כפה אחד יודו ויברכו ברון, האי איש האשכולת ורב הכשרון.
און דא מיין איך, טאקע אונזער חשובער ידיד הרב נאטורליך.
איש אשר אנשים זכה לשמח, בדברים של טעם וריח.
און אזוי ווי ער האט די זכי' געהאט,
אונזערע הערצער צי דערפרייען צי יעדע צייט,
זאל אים השי"ת באגליקן מיט א פריילעך יאר,
מיט אלעם גוטן וואס איר וואונטש זיך ביז גאר,
און עס זאל זיך נישט אויסטריקענען אייער נאטורליכע פענע,
זייט אונז ווייטער מהנה.
2. ווער קען דען פארגעסן פון אונזער ארענדער,
וועלכן מיר האבן שוין געוואונטשן אין א אשכול באזונדער,
דאס זעלבע פאר אונזער ראש הקהל,
מיט זיינע געשמאקע ארטיקלן אין גאנצן קרעטשמע איבעראל,
וואס פאר אים האבן מיר שוין אויך געוואונטשן אין א אנדער אשכול,
אלעס גוטס מכל וכל,
זאלן זיי זוכה זיין אויך,
א זיס יאר יעדער לויט זיינע געברויך,
השי"ת זאל זייערע תפלות צוהערן,
און אלדאס גוטס זיי באשערן.
3. ווי קען מען דען ארויס לאזן,
דער איד וועס איז אלעמאל באבלאזן,
ר' איד וואס זענט איר אלעמאל אזוי פארקנייטשט?,
צדיקים האבן פארטייטשט,
אז מיט א שמייכל אויפן פנים,
קען מען אפי' ארויס פון גיהנם,
זייט נישט אזוי באבלאזן און באמאכט,
שטעלט אייך אפ און גיט א טראכט,
איר וועט דערפון גארנישט האבן,
נאר צרות ויגון,
און איינס צוויי,
הערט אויף מיט די "געבלאזעריי",
און מיט א שמייכל אויף אייער געזיכט,
וועט פאר אייך פון הימל אי"ה קומען א גוטע באריכט,
און מ'וועט אייך פארשרייבן שנה טובה ומתוקה,
להנצל מכל צרה וצוקה.
4. פאר מיר ווערן פארנומען און ביזי,
לאזן מיר דאס נעמען זייער איזי,
און מיט א גרינג הארץ וועלן מיר זיך נעמען,
צו געבן די ברכה פאר דעם וואס איז נישט צו פארנומען,
צו הרחבת הדעת נאך מער,
אן קיין שום שטער,
ממש אזוי ווי ס'ביז היינט געווען,
זאל ער זוכה זיין ווייטער צו זען,
וימלא ה' כל משאלותיו,
ברכות טוב עד בלי די לרוב.
5. מיט די ריכטיגע הכנות,
און מיט טאץ פול מיט רחמנות,
ווי א טאטע צו א זוהן,
וועלן מיר אונזערע וואונטשן טוהן,
צי אונזער "רחמנות'דיג" הארץ,
וועלכער איז ככלי הנשבר קיינמאל נישט גאנץ,
וואס לויט ווי מיר האבן פון חכז"ל גענומען,
איז דאך דער רחמנות פון א יוד דער ריכטיגער סימן,
זאל דער אב הרחמן משמי שמים אייך פארשרייבן צו געזונטע "דערבארעמדיגע" ימים ושנים,
כרחם אב על בנים.
6. און מיר וועלן נישט כאפן א שאק,
ווען מיר וועלן וואונטשן מיט א געשמאק,
דעם איד וואס איז מלא חן,
און מיט א באזונדערן "געשמאק" אלעמאל צו דער זאך און פיין,
זאל דער זכות ביישטיין,
עס זאל אים אלעמאל נאר גוט גיין,
און צו א גוט זיס געבענטש יאר זוכה זיין.
ואסיים השיחה, מעין הפתיחה, כי אי אפשר לפרט כל האנשים ה"קטנים' (מענטשלע) וגם לרבות ה'גדולים' (מענטש), דעם גאנצן עולם, ווי למשל ר' יוקל, וואס שטעלט זיך אהער פאר עפעס אזא מפוקל.
כולם יזכו להתברך משמי מעל, לברכת שנה טובה ומתוקה, ולהכתב בספרן של צדיקים, עדי נזכה לשמוע בקרוב קול השופר, הולך וגדול, שופר של משיח צדקינו, בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2005 05:30 |
|
| |
ערב ראש השנה תשס"ו לפ"ק
ברשות הדיין מוה"ר ר' זרח שליט"א וברשות ראשי הקהילה, ר' יענטאאש, ר' בן-הרחמן, ר' נפחא, ר' נאט-טו-ביזי כל אחד בשמו הטוב יבורך!
איך וואלט געשריבן אין לשון הקודש, אבער מיין מח איז ווי פארגליווערט פונעם אימת יום הדין, און איך לאז איבער דאס ווארט פאר מיין הארץ, וועלכער גלייכט צו רעדן 'מאמע לשון'.
די צייט איז זייער אנגעצויגן, הימים ימי פחד, דער פארכטיגער יום הדין דערנענטערט זיך שוין מיטן פולן טעמפא, עס איז קוים דא צייט אנצוגרייטן זיך בגשמיות, אויפקלעבן די בלעטער פון די נייע מחזורים, זיך איינהאנדלן די סימנים, כל שכן זיך צוגרייטן ברוחניות, אויף וואס מען ברויך אסאך שווערער הארעווען: בתשובה ותפלה וצדקה.
אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, איך קען נישט צוגיין צו די הייליגע טעג אן אריינווארפן אפאר ווערטער צו מיינע געטרייע חברים דא אין קרעטשמע, חברים וואס זענען מיר נאנט און צוגעבינדן אהבת נפש, מיט טייל פון זיי האב איך אפילו די זכיה געהאט שוין צו פארברענגן שעות ארוכות בכתב אדער גאר בפה און מיר האבן שטארק הנאה געהאט איינער פון צווייטן (איך האב זיכער הנאה געהאט).
איך וואלט געשריבן אויפן גראם, עס וואלט אפשר געווען מער מלא טעם, אבער ווי אויבנדערמאנט: איך האב געלאזט מיין מח וואנדערן איבער די הרי אררט, און איך שרייב דא ווערטער וואס גיסן זיך פון מיין הארץ, מיינע געפילן בושעווען אין מיר, דער צייט מאנט, ער שרייט: הנה יום הדין!
מיר געזעגענען זיך יעצט פונעם יאר תשס"ה. א יאר וואס טייל פון אונז - הלואי יעדער - זענען געשטיגן, קונה געווען בלעטער גמרא, שעות פון לימוד התורה, אסאך חסדים געטאן מיט אידישע קינדער וכו' וכו'. פון די אנדערע זייט קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון די צווייפלהאפטע אקטיוויטעטן וואס מיר טוען אומבאוואוסטזיניג, אן איבערקלערן זיך, און אודאי נישט מיט ווידערשפעניגקייט.
ווי מיר זאגען יעדן טאג: שאין אנו עזי פנים וקשה עורף לומר לפניך וגו' צדיקים אנחנו ולא חטאנו... אבל אנחנו ואבותינו חטאנו. אוי אוי אוי אשמנו בגדנו וגו'.
אבער ווי די גמרא זאגט שוין דעם לימוד זכות: רבונו של עולם, גלוי וידוע לפניך עס איז באקאנט פאר דיר הייליגער באשעפערשרצונינו לעשות רצונך = אונזער ווילן איז צו טאן דעם רצון השם, ומי מעכב = ווער איז דער יעניגער וואס פארמיידט אונז דערפון, דאס איז דאך דער שאור שבעיסה = דער יצר הרע וועלכער איז ווי א שטיק זויערטייג, וואס ווי עלטער דאס טייגל ווערט, אלס מער יערט דאס. דאס זעלביגע איז אמת ביים יצר הרע, ווי לענגער מיר געפונען זיך אין גלות, אלץ שטערקערע כלי משחית געפונען זיך אין די אלטע הענט פונעם נארישן קעניג דער יצר הרע.
ברודערלעך טייערע, מיר פארברענגן דא אזוי שיין אין קרעטשמע שוין א שטיקל צייט. איינער מער און איינער ווייניגער. הצד השוה שבהן, אז מיר אלע האבן צוטריט צו די טריפה'נע וועלט, און מיר ברויכן זיך זייער אכטונג געבן אז די נשמה זאל בלייבן יעדן אויפדערנאכט כאטשיג אזוי ריין ווי זי איז געווען יענעם אינדערפריה.
לאמיר תשובה טאן אינאיינעם אויף אלע אומרעכטן וואס מיר זענען באגאנגען דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר. לאמיר מאכן א תשובת הרבים וואס כידוע העלפט דאס ווי תשובה מאהבה, די עבירות ווערן פארוואנדעלט אין זכיות, און מיר זענען יעצט אין א מצב וואס מיר קענען נוצען אסאך פון די גוטע סחורה וואס רופט זיך זכותים.
לאמיר זיך אינאיינעם פארנעמען מיט א פעסטקייט אז אי"ה דעם קומענדיגן יאר שנת תשס"ו וועלן מיר זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע, מיר וועלן זיך קעגנשטעלן און מלחמה האלטן מיט אים. מיר וועלן מער שעות אוועקגעבן פאר תורה, ערליכער אינזין האבן דאס דאווענען, און בעיקר ווייניגער זיך דרייען אין די שמוציגע גאסן פון דעם סייבער וועלט וואס האט שוין אוועקגע'הרג'ט פון אונז דאס סמעטענע.
באמת וואלט איך געברויכט אויסרעכענען אסאך נעמען פון חברי הקרעטשמע, אלטגעזעסענע און נייגעקומענע צוגלייך, יעדן באזונדער אנוואונטשן מיט אלע ברכות. ווייל למעשה, אן אייך וואלט דער קרעטשמע זיך נישט ערווארבן צו איר הויכן שטאפל וואו זי שטייט היינט מיט שטאלץ!
עס איז אונז א כבוד, און מיר שטאלצירן דערמיט, אז אונזער קרעמל איז ברוך ה' נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק, מיר פארשווייגן דא נישט קיין טשעפערייען און מחלוקת ח"ו, ווי אויך טוען מיר אויסמעקן אנדערע סארט ווערטער וואס זענען נישט צום געשמאק פון אונזערע היימישע ליינער.
מיר פון אונזער זייט וועלן ווייטער פרובירן אנצוהאלטן דעם ניווא און קוואליטעט פונעם פורום - מיט די הילף פון אונזער חשוב'ע שטאב מנהלי משנה וואס שטייען צו דער האנט אונטערן 'קרעטשמער' נאמען - אז איר זאלט שטענדיג געפונען ביי אונז א גוט ווארט, זאל דאס זיין א דבר תורה אדער להבדיל סתם א פרייליך געדאנק, אויפצוהייבן אייערע געמיטער, צו קענען ווייטער אנגיין מיטן טאג-טעגליכן מיט א שמייכל!
עס איז מיר זייער שווער אויסצורעכענען יעדן מיטגלידער ביים נאמען, און ארויסברענגן יעדנ'ס אייגנארטיגקייט וואס דאס גיבט צו א חן און א פילפארביגקייט צום פארום, על כן זאלן די פאר ווערטער גערעכנט ווערן ווי גלייך איך האב יעדן אויסגערעכנט!
איך פארענדיג מיינע ווערטער מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה פאר אייך אלע, איר זאלט יעדער געהאלפן ווערן מיט וואס ער ברויך, אלע אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און מיר זאלן אלע אינאיינעם זוכה זיין מקבל זיין פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן!
קרעמער
דער געוועזענער ארענדער
איך וועל פארענדיגן מיינע רייד מיט א דבר תורה וואס איז אין איינקלאנג מיט די גייסט פונעם קרעטשמע:
מיר שרייען אויס נאך מוסף אין די טעג וואס מען בענטשט טל אדער גשם: לְחיים ולא לַמות!!! שטעלט זיך א שטיקל פראגע, די וואס האבן אמאל געלערנט מסכת נדרים ווייסן, אז ווען עס שטייט א פת"ח למ"ד (לַ) מיינט דאס "נישט". למשל "לַקרבן" - זאגט די גמרא - מיינט "עס זאל נישט זיין קיין קרבן"!
אויב אזוי שטעלט זיך א שטיקל פראגע: עס וואלט לכאורה גענוג געווען צו זאגען אז דאס יאר זאל זיין "לַמות" = נישט צום טויט! וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן אז עס זאל זיין "לחיים" = צום לעבן!?
אבער דער תירוץ איז זייער פשוט:
עס איז דא אזא סארט לעבן וואס איז 'מהיכי-תיתי'דיג, יא, מען לעבט. אבער דאס לעבן איז נאר 'אבי-געלעבט', פשוט; אז די פולס קלאפן, און דאס בלוט שטרוימט אין די אדערן, לעבט מען דאך...
אבער מיר בעטן אויף גאר אן אנדער סארט לעבן. מיר בעטן אויף א "לחיים" = א לעבן!!! נישט נאר א "לַ-מות"'דיג לעבן.
דאס איז דער פשט (לעניית דעתי) אין דעם "לחיים ולא למות" = מיר זאלן האבן א לעבעדיג יאר! פול מיט לעבן! ניט נאר א ניט-טויטער יאר!
לחיים!!!
תוקן על ידי - kraitchmer - 07/10/2005 15:53:38
 |
|
|
|
|
|