| נשלח ב-9/10/2005 06:16 |
|
| |
תשס"ו גימטריא = תשוב לי'ה'ו'ה (עם הכולל)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 13:33 |
|
| |
געשמאקער;
עם הכולל מיינט נאך "איינס", דו וואלסט געברויכט שרייבן "מיט די צוויי ווערטער".
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 23:27 |
|
| |
קרעמער
דא איז די כולל צוויי ווערטער.
פעמים מיינט הכולל איין ווארט און אמאל מערערע ווערטער,
ווענדט זיך וויזוי דער חשבון שטימט.
בין איך גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 00:44 |
|
| |
לכאורה ביסטו נישט גערעכט. ווייל "עם הכולל" מיינט "נאך איינס". אויב ברויך מען צולייגן נאך צוויי, און עס זענען פארהאן צוויי ווערטער, שרייבט מען "עם התיבות". אמאל אז עס פעלן צען, און די ווערטער האבן צען אותיות, שרייבט מען "עם האותיות".
דערמאנט מיר פון א מעשה, א בדחן זאגט ביי די חתונה: "כ"ק אדמו"ר מ'שטיגליץ שליט"א" איז בגימטריא "מען ברויך האבן אסאך געלט פאר די ישיבה". האט זיך א חכם אנגערופן: עס איז דאך בגימטריא אסאך מער? זאגט דער בדחן: האסט נישט אריינגערעכנט די "כולל"...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 21:55 |
|
| |
תהא שנת ספינקי וועבער
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 22:02 |
|
| |
תהא שנת סמירנאף וואדקע
תוקן על ידי - kraitchmer - 10/10/2005 22:26:34
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 23:08 |
|
| |
צבי;
ש'ותין ס'אך ת'שעים ו'שש (זעקס און ניינציגער).
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2005 03:08 |
|
| |
א פלא אז קיינער האט נישט באמערקט אז "שותין" אליין איז אויך בגימטריא תשס"ו! לאמיר טאקע טרונקן א לחיים לכבוד מוצאי יום כיפור, לאמיר האפן אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
==
תשס"ו בגימטריא "ויאמר סלחתי" (עם הכולל).
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2005 03:10 |
|
| |
תשס"ו בגימטריא "שנת הוד" (עם הכולל).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 03:37 |
|
| |
א גוטע וואך
אפאר פרישע רמזים אויף תשס"ו:
תשס"ו בגימטריא "תשובה מאהבה" (געהערט פון א חבר).
תשס"ו בגימטריא "שובר ארזים"
תשס"ו בגימטריא "ברית עולם" (עם האותיות)
תשס"ו בגימטריא אם "שנותי" ברק חרבי (דאס שטייט אין פרשת האזינו, גייט ארויף אויף די צייט וואס השי"ת וועט נקמה נעמען פון די גוים, יה"ר בב"א).
תשס"ו בגימטריא ועזר "מצריו תהיה" (פרשת וזאת הברכה).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 22:12 |
|
| |
תשס"ו נוטריקן ת'חילת ש'נה ס'אך ו'ואסער
מרמז אויף די סאך רעגנס וואס מיר האבן געהאט ביז מען האט ב"ה נעכטן מוצש"ק געקענט מחדש זיין די לבנה בתפארתה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן עס זאל זיין א שיינע סוכות מיט קלארע הימלען און שיינע וועטערס
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 00:35 |
|
| |
תשס"ו בגימטריא "אתה וארון עזך"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 03:04 |
|
| |
פרישע ווארע לכבוד מוצאי יום טוב סוכות:
"גרש ירחים" בגימטריא ה'תשס"ו (נישט פינעף טויזענט, נאר התשס"ו).
ודברת "בם בשבתך" בביתך!
"לברכה" ולא לקללה "לחיים" ולא למות "לשובע" ולא לרזון (מיט די דריי ווערטער).
|
|
|
|
|