|
|
| נשלח ב-2/10/2005 22:47 |
|
| |
הוים דיפאט אין קלינטן הילל
והוא רחום יכפר... אויב די סוגיא דיסערווט נישט קיין נייע עשקעל. כ'האב פשוט נישט געטראפן ווי עס צו לייגן. אדרבה -מנהלים- אז איר טרעפט קענט איר עס אהין אריין שליידרען.
לענינינו : שפאציר איך היינט מיט א וועגעלע אין די נייע געבויטע הוים דיפאט וואס געפונט זיך אין קלינטן הילל געגענט נישט ווייט פון די יודישע וויליאמסבורג און ווי טייל רופן עס "ניי ווילאמסבורג"
די מיוזיק געט צו חשק און רואיג-קייט צו פאקן חפיצים אנע חשבונות. נו וודאי צרכי שבת ויו"ט זאגט טעך די גמרא אין ביצה טז. ווערט פון חשבון נישט אראפגערעכנט.
די סערוויס פון די ארבעטער איז ממש א מחי' ער וועט זיך מיט דיר אראפזעצן און מסביר זיין וויאזוי מ'שטעלט די זאך צאם. אז כ'האב שיעור געטראכט פון איבער לאזן די זאכן און עס מאכן אליין.
....בין איך ערשטוינט געבליבן ווען כ'האב זיך דערזען מיט מיינע ברידערלעך וואס נעמען איבער די זאך דורט. און שפאצירן אין די מאסן ווי ביים טאטען אין וויינגארטן. צו די ארבעטערס רעדן זיי ווי צום פולישן שפחה אין דערהיים.
וואס טראכט איז די סיבה אז מיר קומען איינקויפן צרכי יו"ט ביי אונזער גוי'שען שכן ווען דער וחי' אחיך עמך איז ביי עם נעקסט דאר?
תוקן על ידי - kraitchmer - 03/10/2005 16:38:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2005 06:15 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס באדערט דיך?
אז זיי האבן דארט איינגעקויפט?
אויב יא, דארפסטו דאך געבן אן עקספלענעישאן פארוואס דו האסט עס געטאן.
און אפשר באדערט דיך גאר אז זיי האבן גערעדט צו די ארבעטערס ווי צו די פוילישע שפחה?...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:06 |
|
| |
איך האב גיטע סיבות וואס ערלויבט מיך על פי הלכה צו קויפן דארט ביים גוי. אבער כ'ווייס נישט זייערע סיבות. כ'בין זיכער אז עפעס א היתר האבן זיי אנדערש וואלטן זיי נשיט עובר געווען אויף א מצוות עשה מן התורה פון "וחי אחיך עמך"
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|