| נשלח ב-6/10/2005 04:51 |
|
| |
גמר חתימה טובה!!!
ביי דער געלעגענהייט וויל איך אנוואונטשן פאר אלע אונזערע שרייבער און ליינער און גאנץ כלל ישראל א גמר חתימה טובה, זאלט איר האבן אפגעשריבן געווארן אין ספרן של צדיקים גמורים, און זאלן אונזערע תפילות ווערן אנגענומען לרחמים ולרצון לפני אדון כל.
א גרינגן תענית!
[פרטים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה וועלן אי"ה נאכקומען... ווארט ביז איר וועט הערן די מעשה פונעם אלטן מיטן קיטל... און נאך].
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 06:00 |
|
| |
אמן אמן אמן !!!
גם אני מצטרף ומברך לכל אחד ואחד מעומק לבבי
ברכת גמר חתימה טובה ולהיחתם בספרן של צדיקים
והעיקר לזכות לגאולה אמיתית ושהשכינה הקדושה
תתגלה ומלך ביופיו תחזינה עינינו בקרוב בקרוב בקרוב ממש וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 06:05 |
|
| |
אמן.
גראדע מיין איך אז מוצאי יום טוב עסט מען נישט קיין לאווע דעמאלקע... אפשר מאך איך א טעות?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 20:12 |
|
| |
ס'איז א רחמנות אויף די פרומע
יידן אין אמעריקע.
גיט נאר אקוק. יעצט, ווען איר
מאטערט זיך נאך מיטן תענית,
איז מען שוין דא, אין ישראל
נאכן פאסטן. און אלע חריידישע
יידן אין ארץ הקודש, ואני בתוכם,
זענען יעצט זאט.
א מחיה צו זיין א ייד אין ישראל...
אין וויל זיך נישט רייצן מיט אייך,
אבער, איך וואלט זיך נישט געוואלט
יעצט, טוישן מיט אייך...
מאטעס
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 20:14 |
|
| |
איך אז איך זאל מיך שוין יעצט אריבער כאפן קיין ארץ ישראל
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:00 |
|
| |
איך האב געקלערט, ס'קען אפשר זיין בדרך רמז, פארוואס גייט מטות-מסעי אינאיינעם?
ווייל מאטעס מאכט שטענדיג מסעי, דהיינו? ער ציעט אוועק דעם אשכול און אנדערע ריכטונגען.
טייערער און געהערטער מאטעס! פארוואס טוסטו דאס? ס'ווערט אוואו 'ויסעו ממקהלות ויחנו ב...
עס איז ממש א שאד אז אזעלכע פערל ווערטער זאלן ליגן באהאלטן און פרעמדע אשכולות
ואתך הסליחה
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:29 |
|
| |
שלום mefikel
אנטשולדיקט מיר. כ'האב נישט געמיינט מזיק זיין
דעם אשכול.
יום כיפור, ביים וידוי, וועל איך צו קלאפן, נאך
איין על חטא, דערפאר. והוא רחום יכפר עוון.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:32 |
|
| |
ר' מתתי';
ביי וועלכן על חטא גייט איר דאס אינזין האבן?
לדעתי ברויך מען דאס אינזין האבן ביי "בבלי דעת".
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:38 |
|
| |
ר' קרעמער.
וואס הייסט ביי וועלעכע על חטא?
פארשטייט זיך אז ב"ועל חטא שחטאנו
לפניך בקרעטשמע"
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:53 |
|
| |
שוין. לאמיר זיך איבערבעטן... ס'איז דאך פאר יום כיפור.
(האט איר פלאץ ביי אייך אין שטוב פאר א משפחה פון זיבן? איך מיט מיין פאמיליע פלאנען אריבערצופליען, הערנדיג אז ביי אייך פאסט מען אויס פריער!...)
[אוי... איך הער דא עפעס א בת קול אז מען פאסט איין פריער אויך... איך ווייס שוין נישט אויב עס לוינט זיך די גאנצע נסיעה. וואס זאגט איר?].
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 21:55 |
|
| |
אויב ווילט איר נישט ווארטן ביז יום כיפור, קענט איר דאס אינזינען האבן ביי סליחות ווען מ'זאגט 'מחי ומסי'
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 22:10 |
|
| |
ר' קרעמער.
קומט געזונטרהייט. איר מעגט אפילו מיטבערנגן
מיט אייך די שוויגער.
איר קענט זיך שוין היינט, אריין לאזן אין
וועג אריין. פארט בעסער מיט א שיף, כדי איך
זאל קענען דערווייל צו גרייטן מיין
וואינינג, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אזא חשובער
גאסט ווי איר.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 22:13 |
|
| |
מאטעס ווער איז אזוי חשוב ביי דיר קרעמער אדער זיין שוויגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 22:33 |
|
| |
ר' קרעמר, אייער שוויגער קען איך נישט.
אבער פון אייך, האב איך אן איינדרוק, אז
איר זענט גאנץ א געשמאק יידל.
זאגט מיר נאר, ר' קרעמער, ווי האט איר
יעצט א קאפ, זיך צווויצלען, ווען דער
בויך איז אויסגעליידיקט? איך אויף אייער
ארט, זאג אין אזא צייט תהילים, אז כ'זאל
איבער לעבן בשלום דעם תענית...
האט מיר א גוטע נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 22:49 |
|
| |
ר' מַטֶס צו ווייסט איר נישט אז נאר מיטן כח פונעם שמייכל מיטן כח השמחה קען מען זיך דערהאלטן דאס חיות אנע עסן און טרינקן 
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 23:16 |
|
| |
לאזט מיר רעדן צו ר' מתתי' אליין, איך ברויך נישט קיין דאלמעטשער'ס;
מתתי';
איך האב א פשרה.
איך שיק אפ די שוויגער!
==
וויאזוי איך האב כח?
איך האב איינגעפאסט א דריי פערטל שעה צום עלות מיט פיינע היימישע קאוקאש קעיק און ווארימע קאווע...
נו, מתתי'? האסטו אזוי גוט אויסגעפאסט ווי איך האב איינגעפאסט?
|
|
|
|
|