| נשלח ב-6/10/2005 23:25 |
|
| |
א גריס אייך פון: די כפרה'לעך....
איך קום יעצט פון גאס, פליעט מיר אקעגן - צווישן די פולע פעדערלעך וואס פארפלייצן דעם גאנצן ארום - א קליין צעטל אנגעפירקעלט מיט א בליי. עס שיינט מיר צו זיין ארויסגעריסן פון 'נאטורליך'ס טאגבוך...
... צום גדליה גייט מען צו כפרות, די כפרות ליגען נעבעך אויפן גאס א גאנצן טאג, זיי פרייען זיך שוין ווען מען נעמט זיי ארויס פון זייער שטייג, אבער זיי ווערן אנטוישט ווען מען מאכט זיי דיזי.
זי זאגט אז היי יאר ברויך איך מיטקומען ווייל מושי איז נאך צו קליין אליין צו דרייען ווידער די אנדערע זענען שוין אונטערגעוואקסן און מען דארף איינער וואס קען זיך ספראווען מיט די אלע טשיקען'ס. איך זאג איר ענדליך ביסטו מודה אז איך טויג שוין אויף עפעס, הער אויס, נאכן זיך ספראווען מיט דיר א גאנץ יאר, האב איך עפעס עקספיריענס.
זי זאגט בני אדם און דער האן קוקט אריין, ווען איך וויל דרייען די כפרה העכער איר קאפ פאסירט דאס אומגלויבליכע, זי הייבט זיך אן ארומדרייען ארום מיר ווי אונטער די חופה, איך האב שיעור נישט אנגעהויבן זינגען די אהבה רבה ניגון. איך זאג איר איך מאך א פשרה, איך האב סיי ווי נישט קיין אנדערע ברירה.
עס איז מיר לייכטער אראפצושטעלן דעם הינדל אויף איין ארט, און איר אויפהייבן מיט געבינדענע הענט און ארומדרייען העכערן כפרה. זי בעט אז דאס שטויס זאל איך אבער געדענקן צו געבן פאר דעם הינדל...
==
עד כאן וואס איך האב געטראפן אויף דעם קליינעם צעטל וואס איז ווייזט אויס ארויסגעפלויגן פון 'נאטורליך'ס בוזעם טאש אינמיטן דעם העפטיגן געראנגעל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 23:34 |
|
| |
ס'דערמאנט מיך פון דו כעלמ'ע וואס ווען זיי ווילן מאכן לופט מיט'ן הוט, כאפן זיי אן דעם הוט אויף איין פלאץ און שאקלען מיט'ן קאפ אהין און צוריק (ווי איינער צייגט, ניין)....
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 08:34 |
|
| |
אוי האסט מיר ארויפגעברענגט דעם טשאלענט,
מיך דערמאנט עס פון דעם ספרדישן ארבייטארער וואס האאט אריינגעשטעלט א עירקאנדישן [מסגן] אין לאך, פארשטייט זיך אז ס'יז ארויסגעפאלן, רופט ער זיך אן [מיטן ספרדישן אקצענט] צום אידענע:
מיסיס! איר האט אפשר נאך איינס?
==========
דער זעלביגער האט אמאל ארויפגעהאנגן א טשענדעליער, אן קיין שהיות שטעלט ער זיך אוויף אויפן דיינינג רום טיש, ווען די מיסיס ברענגט אים א האנטוך אונטערצולייגן רופט ער זיך אן:
נע! ס'גוט צ'גוט, איך קען ריטשן!
איך ווייס נישט וואו ס'קומט דא ארייין, אבער מיר האט עס דערמאנט פון דעם יעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 14:39 |
|
| |
ר' קרעמער.
דער פראבלעם פון כפרות שלאגן מיט די הינער, איז א באוווסטער קאפ ווייטיק. נישט נאר ביי אייך.
הינער - ווי מיר ווייסן - האבן פיינט דעם מנהג. ווען מעדרייט מיט זיי איבער די קעפ, ווערן זיי בייז און ווילד, קוויטשען, קוקן מיט א רציחה, סטראשן מיטן שנאבל און ווארפן א שרעק אויף ווייבער און קינדער.
מיין פרוי פלעגט זאגן, אז ביים כפרות שלאגן, פילט זי זיך אזוי דערשראקן פונם הין, אז זי וויסט נישט ווער שלאגט כפרות מיט וועמען, צי זי מיטן הין צי דער הין מיט איר.
מיט א פאר יאר צוריק, איז מיר איינגעפאלן א המצאה. און פון דעמאלט אן אויס פראבלעם.
ביי מיר איז אזוי: דאס כפרה הינדל ווערט אנגעטאן מיט שלייקעס, דערנוך, ווערט ער באהעפטיגט צום גרויסן סופיט-ווענטילאטאר.
ווען דער עוף פליט ארום פון דערהייך, שטעלט מען זיך ארונטער, און מע זאגט דעם "סדר כפרות" געלאסן, מיט גרויס כוונה, אן קיין שום פחד.
ר' קרעמר, איך האב נישט פארשריבן קיין קאפרערייט אויף מיין המצאה. ווער עס וויל מיר נאכמאכן, סאל עס אים וואיל באקומען.
א גוטן שבת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 15:09 |
|
| |
מאטעס עס קוקט אויס צו זיין א גוטע עצה אי"ה ערב יום כיפור וועל איך עס אויספראבירן
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 17:21 |
|
| |
א דאנק אייך, ר' קרעמער.
ס'איז מיר נאך געבליבן, א סאך וואס צולערנען.
איך האב אבער, נישט אנגעהויבן פון בראשית.
אידיש, איז פארט געווען מיין מאמע-לשון פון
דערהיים.
כ'האב נאר נישט געקענט ליינען און שרייבן.
דאס האב איך זיך, מער ווייניקער, אויסגעלערנט
אין די לעצטע צוויי יאר.
א פריילעכן שבת.
מאטעס
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 18:24 |
|
| |
ר' קרעמער ווער האט דיר שוין פארציילט אז איך שרייב מיט א בליי.
היינט גייענדיג צום באן שטעלט מיך אפ א פאליציאנטקע און בעט איך זאל עפענען מיין טאשקע, זי באטראכט דעם לעפטאפ מיט מיין מאגערן פרישטאג און זאגט "גאו אהעד"
גיב איך אפ א שבח והודי' פאר רבוש"ע. שטעלט אייך פאר זי עפענט אויף און לייענט אפ מיינע נאטיצען, זי וואלט אלעס דא איבער געשריבען מיט איהר ניק..
רעדענדיג פון די כפרות בין איך מודה ומתודה אז איך שלאג נישט מיט א הון, די קינדער לאז איך אויך נישט שלאגען מיט הינער, דער גערוך טוט מיך פאראיבלען ביז גאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 20:53 |
|
| |
ר' נאטורליך;
דאס אז איר שרייבט מיט א בליי איז נישט קיין גרויסע סוד, איך זעה דאס פון די ווייניג תיקונים וואס איר מאכט אויפן פורום, מיינט דאך דאס אז אויפן פאפיר שרייבט איר און מעקט, און דאס איז נאר מעגליך ווען מען שרייבט מיט א בליי...
דאס אז איר שלאגט נישט מיט קיין הינער, האט אינזין יוצא צו זיין די שיטה פונעם מחבר (סי' תר"ה) וועלכער האלט אז מען זאל דאס נישט טאן (איך בין נישט באקאנט אויב די ספרדים טוען דאס טאקע נישט).
אגב, ניצטו פיש? אדער געלט? אויב געלט, ווער איז דער גליקליכער ארימאן? און וויפיל געלט? (כפרות קאסטן מיר אפ א שיינע פופציגער בערך, ווענדט זיך ווי א יאר וד"ל).
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 21:47 |
|
| |
איך האב געהערט אז עס איז דא צי באקימען פעמפערס פאר די כפרות, ווייסט אפשר איינער ווי מען קען עס קויפן?
לעצטע יאר האב איך געכאפט א שאוער אינמיטן בני אדם
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 23:21 |
|
| |
ר' קרעמער איך שלאג מיט געלט, דאס געלט גיב איך פאר צדקה, א שכן מיינער א חשובער כולל אינגערמאן מיט א גאנץ געזינדעל. ער איז זיך מער מחי' מיט די געלט ווי די הינער ליגענדיג איו די קאנעס בליט און דאס קליינווארג ווארפען זייער אפגעשינדעט הויט פון איין קאסטען צום צווייטען און די שחורים מיט די שוחטים שרייען קינדער אוועק פון דא.
די פאריאגטע מאמעס וואס קענען נישט אניאגען צו מאכען די קאמפאוט אויף די צווייטע טעג יוונטוף שיקען אלע קינדער צו גיין העלפען ביי די כפרות.
איך האב שטארק פאראיבעל אויף די פאר טאללער. עס איז א ריכטיגע כפרה.
אלע יאר גיב איך די סומע וויפיל עס וואלט געקאסט צו קויפען די כפרות, פארשטייט זיך אז מע מיז אמאל געבען דאפעלט איז א שמחה אין שטוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 01:31 |
|
| |
א גוטע וואך.
אין די היינטיקע צייטן, איז דאס כפרות שלאגן מיט הינער, שוין נישט וואס ס'איז געווען אמאל. על כל פנים, ביי אונדז אין ישראל. היינט איז דאס געווארן א"כפרות-ביזנעס",
מע שטעלט אוועק אינמיטן די גאס שטייגלעך מיט הינער, און מע נעמט זיך דרייען.
איך האב זיך א מאל, גוט צוגעקוקט אויף א תיימענער יינגערמן וואס האט געפירט אזא כפרות-געשעפט. וואס זאל איך אייך זאגן? לויט וויפיל מענטשן האבן געשאלגן ביי אים כפרות. מערסטנס, ווייבער מיט קינדער. און לויט וויפיל וויניק הינער זענען געווען. האב איך פארשטאנען אז יעדער הון ביי אים, טראגט אויף זיך עוונות פון חאטש 10 יידן...
זעט אויס, אז מער און מער יידן, שלאגן היינט כפרות אויף געלט. דאך גרינגער, און מע קען דאס געלט אוועק געבן פאר נוטיקע צוועקן. מיט די הינער איז אזוי: א טייל פון זיי גיין טאקע פאר ישיבות. אבער אן אדערער טייל נישט. טויזנטער געשאכטענע הינער וואלגערן זיך אין די מיסטן.
(איצט איז דער זייגער ביי אונדז האלעב צוויי. נאך א האבע שעה וועל מיר זיך געזעגענען פונם זומער-זייגער, און ס'וועט זיין איינס. הלוואי וואלט איך געקענט אזוי גרינג צוריק דרייען א פאר יאר פון מיין לעבען)
מאטעס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 02:55 |
|
| |
ביי אונז אין ניו יארק איז (האפענטליך) נישט אזוי שוואך דער מצב לגבי די כפרה-הינער. א כפרה ווערט נישט איבערגעשטרענגט מיט די עבירות פון צוויי אידן (קוים וואס ער קען נעבעך דערהאלטן די עבירות פון איין קאפ). מען גיט גוט אכטונג אז א 'געשלאגענער' הין זאל גיין לעזאזל, ווי אויך אויב א הין איז נישט כשר גע'שחט'ן געווארן, גיט מען אהין דעם איד נאך א הין בחנם.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 05:09 |
|
| |
האן = זכר
הינדל = נקבה.
הינער = מערצאל פאר האן / הינדל אן אונטערשיד צווישן זכר נקבה.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 05:26 |
|
| |
שלמה זלמן;
מיין רבי פלעגט זאגען 'א האן און א הין'. א 'האן' איז א זכר, און א 'הין' איז א נקבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 17:04 |
|
| |
אלט אבער גיט
אמאל ערב יום כיפור שטייענדיג אין ליין מיטן כפרה צום שחטן זאגט יאנקעל מיללער פאר א אידל וואס עפעס א בהמה זאגט יענער דאס איז דאך נישט קיין בהמה עס איז א טשיקען זאגט יאנקעל איך רעד נישט צי דיר איך רעד צום טשיקען
|
|
|
|
|